Page 145 - Yirmiyohu
P. 145
ירמיה
זײערע פֿאָרהאַנגען ,און אַלע זײערע כּלים,
און זײערע קעמלען װעט מען צונעמען פֿאַר זיך;
און מען װעט אױסרופֿן אױף זײ :אַ שרעק רונד אַרום!
30אַנטרינט ,אַנטלױפֿט װ ַײט ,באַזעצט א ַײך טיף,
באַװױנער פֿון חצוֹר ,זאָגט גאָט;
װאָרום נבו ַכד ָרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל
האָט באַראָטן אױף א ַײך אַ בסראָט
און טראַכט אױף א ַײך אַ טראַכטונג.
31שטײט אױף ,גײט אַרױף אױף אַ רואיקן פֿאָלק
װאָס זיצט אין זיכערקײט ,זאָגט גאָט;
קײן טירן און ריגל האָט ער ניט,
אָפּגעזונדערט װױנען זײ.
32און זײערע קעמלען װעלן ז ַײן צו רױב,
און זײער מחנה פֿי צו פֿנג;
און איך װעל זײ צעשפּר ַײטן אױף אַלע װינטן –
די װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן;
און פֿון אַלע זײערע ז ַײטן
װעל איך ברענגען זײער בראָך ,זאָגט גאָט.
33און חצוֹר װעט ז ַײן פֿאַר אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
אַ װיסטעניש ביז אײביק;
קײן מענטש װעט ניט װױנען דאָרט,
און קײן מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר.
34װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהו הנבֿיא אױף
ֵעי ָלם ,אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון ִצד ִקָיה דעם מלך פֿון יהודה,
אַזױ צו זאָגן:
35אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
זע ,איך צעברעך דעם בױגן פֿון ֵעי ָלם,
די פּער פֿון זײערע גיבוֹרים.
36און איך װעל ברענגען אױף ֵעי ָלם די פֿיר װינטן
פֿון די פֿיר עקן הימל,
און איך װעל זײ צעשפּר ַײטן צו אַלע די דאָזיקע װינטן;
און עס װעט ניט ז ַײן אַ פֿאָלק,
װאָס די פֿאַרשױסענע פֿון ֵעי ָלם װעלן ניט קומען אַהין.
37און איך װעל צעברעכן ֵעי ָלם פֿאַר זײערע פֿ ַײנט,