Page 150 - Yirmiyohu
P. 150
ירמיה
30דרום װעלן פֿאַלן אירע יונגעל ַײט אין אירע גאַסן,
און אַלע אירע מלחמה-ל ַײט װעלן פֿאַרשניטן װערן
אין יענעם טאָג ,זאָגט גאָט.
31זע ,איך קום אױף דיר ,מוטװיליקער,
זאָגט יהוה ,דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת,
װאָרום געקומען איז ד ַײן טאָג,
די צ ַײט װאָס איך רעכן זיך מיט דיר.
32און דער מוטװיליקער װעט געשטרױכלט װערן און פֿאַלן,
און ניט האָבן װער זאָל אים אױפֿשטעלן;
און איך װעל אָנצינדן אַ פֿ ַײער אין ז ַײנע שטעט,
און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאָס אַרום אים.
33אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבאוֹת:
געדריקט װערן די קינדער פֿון ישׂראל
און די קינדער פֿון יהודה אין אײנעם,
און אַלע זײערע פֿאַנגערס האַלטן זײ פֿעסט,
זײ װילן זײ ניט אַװעקלאָזן.
34זײער אױסל ַײזער איז שטאַרק,
יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען;
קריגן װעט ער קריגן זײער קריג,
כּדי צו באַרוען די ערד,
און מאַכן ציטערן די באַװױנער פֿון בבֿל.
35אַ שװערד
אױף די ַכּשׂדים ,זאָגט גאָט,
און אױף די באַװױנער פֿון בבֿל,
און אױף אירע האַרן ,און אױף אירע חכמים!
36אַ שװערד אױף די באַרימער ,און זײ װעלן באַנאַרישט װערן!
אַ שװערד אױף אירע גיבוֹרים ,און זײ װעלן צעבראָכן װערן!
37אַ שװערד אױף זײערע פֿערד ,און אױף זײער ר ַײטװעגן,
און אױף אַלע געמישטע פֿעלקער װאָס אין איר,
און זײ װעלן װערן װי װ ַײבער!
אַ שװערד אױף אירע אוֹצרות,
און זײ װעלן צערױבט װערן!
38אַ טריקעניש אױף אירע װאַסערן,
און זײ װעלן אױסגעטריקנט װערן!