Page 148 - Yirmiyohu
P. 148
ירמיה
אַלע שפּאַנער פֿון בױגן,
װאַרפֿט אױף איר ,איר זאָלט ניט שפּאָרן קײן פֿ ַײלן,
װאָרום צו גאָט האָט זי געזינדיקט.
15שאַלט אױף איר רונד אַרום,
זי האָט זיך אונטערגעגעבן;
געפֿאַלן ז ַײנען אירע גרונטפֿעסטן,
צעשטערט געװאָרן אירע מױערן;
װאָרום דאָס איז די נקמה פֿון גאָט,
ז ַײט זיך נוֹקם אָן איר;
װי זי האָט געטאָן ,טו צו איר.
16פֿאַרשנ ַײדט אַ ז ֵײער פֿון בבֿל,
און דעם װאָס האַלט אַ שנ ַײדמעסער אין שניטצ ַײט;
פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט,
װעלן זײ איטלעכער צו ז ַײן פֿאָלק זיך קערן,
און איטלעכער צו ז ַײן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.
17אַ צעשפּרײטע שאָף איז ישׂראל,
ל ַײבן האָבן אים פֿאַרשטױסן;
דער ערשער האָט אים געגעסן דער מלך פֿון אַשור,
און דער דאָזיקער לעצטער האָט אים צעב ַײנערט –
נבו ַכדראָא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל.
18דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,
דער גאָט פֿון ישׂראל:
זע ,איך רעכן זיך מיט דעם מלך פֿון בבֿל און מיט ז ַײן לאַנד,
אַזױ װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט דעם מלך פֿון אַשור.
19און איך װעל אומקערן ישׂראל צו ז ַײן פֿיטערפּלאַץ,
און ער װעט זיך פֿיטערן אױפֿן ַכּר ֶמל און ב ָשן,
און אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים און ָגל ָעד
װעט זיך זעטן ז ַײן זעל.
20אין יענע טעג און אין יענער צ ַײט ,זאָגט גאָט,
װעט געזוכט װערן די זינד פֿון ישׂראל,
און זי װעט ניט ז ַײן,
און די חטאים פֿון יהודה,
און זײ װעלן ניט געפֿונען װערן,
װאָרום איך װעל פֿאַרגעבן די װאָס איך װעל איבערלאָזן.
21אױף דעם לאַנד מ ָר ַת ִים מאַך ָחרב און חרם הינטער זײ,