Page 137 - Yirmiyohu
P. 137
ירמיה
װאָרום פֿליען אַװעקפֿליען װעט זי;
און אירע שטעט װעלן צו װיסט װערן,
אָן אַ באַװױנער אין זײ.
10פֿאַרשאָלטן דער װאָס טוט אָפּגעלאָזט די אַרבעט פֿון גאָט,
און פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרמ ַײדט ז ַײן שװערד פֿון בלוט!
11רואיק געװען איז מואבֿ פֿון ז ַײן יוגנט אָן,
און אָפּגעזעצט איז ער אױף ז ַײנע הײװן,
און ניט איבערגעלײדיקט געװאָרן פֿון כּלי אין כּלי,
און אין גלות איז ער ניט געגאַנגען;
דערפֿאַר האָט זיך אָפּגעשטעלט ז ַײן טעם ב ַײ אים,
און ז ַײן ריך האָט זיך ניט געביטן.
12אָבער זע ,טעג קומען,
זאָגט גאָט,
און איך װעל שיקן צו אים אומב ַײגערס,
און זײ װעלן אים אומב ַײגן,
און ז ַײנע כּלים װעלן זײ אױסלײדיקן,
און זײערע קריג װעלן זײ צעברעכן.
13און מואבֿ װעט זיך שעמן מיט כּמוֹש,
װי דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט זיך געשעמט
מיט ביתֵ -אל
זײער פֿאַרזיכערונג.
14װי קענט איר זאָגן :גיבוֹרים ז ַײנער מיר,
און העלדישע ל ַײט פֿאַר מלחמה?
15פֿאַרװיסט געװאָרן איז מואבֿ,
און אױף אירע שטעט איז מען אַרױפֿגעגאַנגען;
און ז ַײנע געקליבענע יונגען
האָבן גענידערט צו דער שכיטה,
זאָגט דער קיניג –
יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען.
16נאָנט איז דער בראָך פֿון מואבֿ צו קומען,
און ז ַײן אומגליק א ַײלט זײער.
17באַדױערט אים אַלע ז ַײנע אַר אומיקע,
און אַלע װאָס קענט ז ַײן מאָען;
זאָגט :װי איז צעבראָכן דער מאַכטיקער שטעקן,
דער פּראַכטיקער שטאָק!
18נידער פֿון כּבוד ,און זיץ אין דאָרשטיקײט,