Page 134 - Yirmiyohu
P. 134

‫ירמיה‬

                    ‫‪ 23‬זײ האַקן אױס איר װאַלד‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                                ‫װי ער איז ניט צו דערפֿאָרשן;‬

                        ‫װאָרום מער װי הײשעריקן ז ַײנען זײ‪,‬‬
                                    ‫און ניטאָ קײן צאָל צו זײ‪.‬‬

             ‫‪ 24‬געװאָרן צו שאַנד איז די טאָכטער מיצרק ִים‪,‬‬
             ‫געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם פֿאָלק פֿון צפֿון‪.‬‬

   ‫‪ 25‬געזאָגט האָט יהוה פֿון צבמאוֹת‪ ,‬דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬
                      ‫זע‪ ,‬איך רעכן זיך אָפּ מיט אָמוֹן פֿון נוֹא‪,‬‬
                            ‫און מיט ַפּרעהן‪ ,‬און מיט ִמצ ַר ִים‪,‬‬

               ‫און מיט אירע געטער‪ ,‬און מיט אירע מלכים;‬
  ‫אי מיט פּקרעה אין מיט די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים‪.‬‬

                     ‫‪ 26‬און איך װעל זײ געבן אין דער האַנט‬
                                 ‫פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן‪,‬‬

   ‫און אין דער האַנט פֿון נבו ַכדראָאצקר דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
                       ‫און אין דער האַנט פֿון איזינע קנעכט;‬
                         ‫און דער נאָך װעט זי באַװױנט װערן‪,‬‬

                  ‫אַזױ װי אין די טעג פֿון אַ מאָל‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

     ‫‪ 27‬אָבער דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן‪ ,‬מ ַײן קנעכט יעקב‪,‬‬
                             ‫און זאָלסט ניט אַנגסטן‪ ,‬ישׂראל‪,‬‬

                     ‫װאָרום זע‪ ,‬איך העלף דיך פֿון דער װ ַײט‪,‬‬
        ‫און ד ַײן זאָמען פֿון לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט;‬

                                   ‫און יעקב װעט ניט שרעקן‪.‬‬
‫‪ 28‬דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן‪ ,‬מ ַײן קנעכט יעקב‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                                     ‫װאָרום איך בין מיט דיר‪.‬‬
    ‫װאָרום איך װעל מאַכן אַ פֿאַרלענדױנג פֿון אַלע פֿעלקער‬

                        ‫װאָס איך האָב דיך פֿאַרשטױסן אַהין‪,‬‬
           ‫אָבער פֿון דיר װעל איך קײן פֿאַרלענדונג ניט מכן;‬

               ‫און איך װעל דיך שטראָפֿן לױט גערעכטיקײט‪,‬‬
             ‫אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך דיך ניט פֿאַרטיליקן‪.‬‬
   129   130   131   132   133   134   135   136   137   138   139