Page 129 - Yirmiyohu
P. 129
ירמיה
און אונדזערע עלטערן ,אונדזערע מלכים און אונדזערע האַרן ,אין די
שטעט פֿון יהודה ,און אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים; און מיר האָבן
געהאַט ברױט צו זאַט ,און אונדז איז געװען גוט ,און שלעכטס האָבן
מיר ניט אָנגעזען 18 .און פֿון זינט מיר האָבן אױפֿגעהערט ר ַײכערן צו
דער מלכּה פֿון הימל ,און גיסן צו איר גיסאָפּפֿער ,ז ַײנען מיר
געמינערט פֿון אַלץ ,און פֿון שװערד און פֿון הונגער װערן מיר
פֿאַרלענדט 19 .און אַז מיר האָבן גערײכערט צו דער מל ְכּה פֿון הימל,
און געגאָסן צו איר גיסאָפּפֿער ,האָבן מיר דען אָן אונדזערע מאַנען
איר געמאַכט קוכנס אין איר געשטאַלט ,און געגאָסן צו איר
גיסאָפּפֿער?
20האָט ִירמָיהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק – צו די מענער און צו
די װ ַײבער צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס האָאַבן אים געגעבן אַן
ענטפֿער – אַזױ צו זאָגן 21 :פֿאַר װאָר ,די ר ַײכערונג װאָס איר האָט
גערײכערט אין די שטעט פֿון יהודה ,און אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים,
איר און א ַײערע עלטערן ,א ַײערע מלכים און א ַײערע האַרן ,און דאָס
פֿאָלק פֿון לאַנד ,דעראָן האָט גאָט געדאַכט ,און עס איז
אים אַרױפֿגעקומען אױפֿן זינען; 22און גאָט האָט מער ניט
געקענט פֿאַרטראָגן ,פֿון װעגן א ַײערע בײזע מעשׂים ,פֿון װעגן די
אומװערדיקײטן װאָס איר האָט געטאָן ,און א ַײער לאַנד איז געװאָרן
פֿאַר אַ װיסטעניש ,און פֿאַר אַ שרעק ,און פֿאַר אַ קללה ,אָן אַ
באַװױנער ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג 23 .װ ַײל איר האָט גערײכערט ,און
װ ַײל איר האָט געזינדיקט צו גאָט ,און האָט ניט צוגעהערט צו דעם
ָקול פֿון גאָט ,און אין ז ַײן תּוֹרה און אין ז ַײנען געזעצן און אין ז ַײנע
אָנזאָגן ז ַײט איר ניט געגאַנגען ,דרום האָט א ַײך געטראָפֿן דאָס
דאָזיקע בײז ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג.
24און ִירמָיהו האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק ,און צו אַלע װ ַײבער:
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט ,איר גאַנץ יהודה װאָס אין לאַנד ִמצ ַר ִים.
25אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל ,אַזױ צו
זאָגן :איר און א ַײערע װ ַײבער האָט אי גערעדט מיט א ַײער מױל ,אי
מיט א ַײערע הענט דערפֿילט ,אַזױ צו זאָגן” :טאָן װעלן מיר טאָן
אונדזערע נדרים װאָס מיר האָבן אַ נדר געטאָן ,צו ר ַײכערן צו דער
מלכּה פֿון הימל ,און צו גיסן צו איר גיסאָפּפֿער“; מקיים מוזט איר
מקיים ז ַײן א ַײערע נדרים ,און טאָן מוזט איר טאָן א ַײערע נדרים!