Page 125 - Yirmiyohu
P. 125
ירמיה
דער גאָט פֿון ישׂראל:
אַזױ װי מ ַײן כּעס און מ ַײן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן געװאָרן
אױף די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים,
אַזױ װעט אױסגעגאָסן װערן מ ַײן גרימצאָרן אױף א ַײך,
װען איר קומט קײן ִמצ ַר ִים,
און איר װעט ז ַײן פֿאַר אַ פֿולך ,און פֿאַר אַ שרעק,
און פֿאַר אַ קללה ,און פֿאַר אַ שאַנד;
און איר װעט מער ניט אָנזען דעם דאָזיקן אָרט.
19גאָט האָט אָנגעזאָגט װעגן א ַײך ,איר איבערבל ַײב פֿון יהודה :איר
זאָלט ניט גײן קײן ִמצ ַר ִים; װיסן זאָלט איר װיסן ז ַײן אַז איך האָב
א ַײך ה ַײנט געװאָרנט 20 .װאָרום איר האָט אַן אָפּנאַר באַגאַנגען
אַקעגן א ַײער זעל ,װען איר האָט מיך געשיקט צו יהוה א ַײער גאָט,
אַזױ צו זאָגן :ז ַײ מתפּלל פֿאַר אונדז צו יהוה אונדזער גאָט ,און אַזױ
װי אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט הײסן ,אַזױ זאָג אונדז ,און
מיר װעלן טאָן 21 .און איך האָב א ַײך ה ַײנט געזאָגט ,אָבער איר
הערט ניט צו דעם ָקול פֿון יהוה א ַײער גאָט ,און צו אַלץ מיט װאָס
ער האָט מיך געשיקט צו א ַײך 22 .און זצונד װיסן זאָלט איר װיסן
ז ַײן ,אַז פֿון שװערד ,פֿון הונגער ,און פֿון פּעסט װעט איר שטאַרבן
אין דעם אָרט װאָס איר װילט קומען װױנען דאָרטן.
1און עס איז געװען ,װי ִירמָיהו האָט געענדיקט רעדן צום
גאַנצן פֿאָלק אַלע װערטער פֿון יהוה זײער גאָט ,מיט װאָסמג
יהוה זײער גאָט האָט אים געשיקט צו זײ ,אַלץ דידאָזיקלע װערטער,
2אַזױ האָט גערעדט ַעַזרָיה דער זון פֿון הוֹ ַשעָיהן ,און יוֹחָנן דער זון
פֿון ָק ֵרחן ,און אַלע מוטװיליקע ל ַײט ,זאָגנדיק צו ִירמָיהון :ליגן
זאָגסטו! ניט יהוה אונדזער גאָט האָט דיך געשיקט זאָגט :איר זאָלט
ניט קומען קײן ִמצ ַר ִים צו װױנען דאָרטן; 3נ ַײערט ברוך דער זון פֿון
ֵנרָיהן רעדט דיך אָן אױף אונדז ,כּדי אונדז איבערצוגעבן אין דער
האַנט פֿון די ַכּשׂדים אונדז צו טײטן ,אָדער אונדז צו פֿאַרטר ַײבן קײן
בבֿל.
4און יוֹחָנן דער זון פֿון ָק ֵרחן ,און אַלע הױפּטל ַײט פֿון ֵכל ,און דאָס
גאַנצע פֿאָלק ,האָבן ניט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון גאָט ,צו בל ַײבן