Page 130 - Yirmiyohu
P. 130

‫ירמיה‬

                                  ‫‪ 26‬דרום הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪,‬‬
                         ‫איר גאַנץ יהודה װאָס זיצט אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                     ‫אָט שװער איך ב ַײ מ ַײן גרױסן נאָמען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                              ‫אױב מ ַײן נאָמען װעט מער גערופֿן װערן‬
                         ‫פֿון דעם מױל פֿון אַ שום מענטשן פֿון יהודה‬

                                             ‫איאן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                             ‫װאָס זאָל זאָגן‪ :‬אַזױ װי גאָט יהוה לעבט!‬
           ‫‪ 27‬זע‪ ,‬איך פּאַס‪-‬אױף אױף זײ צום בײזן און ניט צום גוטן;‬
                           ‫און אומקומען װעלן אַלע מענער פֿון יהודה‬

                                                 ‫װאָס אין לאַנד ִמצ ַר ִים‬
           ‫פֿון שװערד און פֿון הונגער‪ ,‬ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן‪.‬‬

                    ‫‪ 28‬און אַנטרונענע פֿון שװערד װעלן זיך אומקערן‬
               ‫פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים קײן לאַנד יהודה‪ ,‬געצײלטע מענטשן;‬

                   ‫און װיסן װעט דער גאַנצער איבערבל ַײב פֿון יהודה‬
             ‫װאָס ז ַײנען געקומען קײן לאַנד ִמצ ַר ִים צו װױנען דאָרטן‪,‬‬

               ‫װעמעס װאָרט װעט מקױם װערן‪ ,‬מ ַײנס אָדער זײערס‪.‬‬
                             ‫‪ 29‬און דאָס איז א ַײך אַ צײכן‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                 ‫אַז איך רעכן זיך אָפּ מיט א ַײך אין דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
                     ‫כּדי איר זאָלט װיסן אַז מקױם װעלן מקױם װערן‬
                                   ‫מ ַײנע װערטער אױף א ַײך צום בײזן;‬
                                            ‫‪ 30‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

                 ‫זע‪ ,‬איך גיב איבער ַפּרעה‪ָ -‬כפֿ ַרע דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים‬
                                        ‫אין דער האַנט פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬

                        ‫און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן ז ַײן לעבן‪,‬‬
              ‫װי איך האָב איבערגעגעבן ָצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה‬

                    ‫אין דער האַנט פֿון נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
                       ‫ז ַײן פֿ ַײנט און דער װאָס האָט געזוכט ז ַײן לעבן‪.‬‬

‫‪ 1‬דאָס װאָרט װאָס ִירמָיהו הנבֿיא האָט גערעדט צו ברוך‬

‫דעם זון פֿון ֵנ ִרָיהן‪ ,‬װען ער האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקעמה‬

‫װערטער אױף אַ בוך פֿון ִירמָיהוס מױל‪ ,‬אין פֿירטן יאָר פֿון יהוָֹיקים‬
‫דעם זון פֿון יֹא ִשָיהון‪ ,‬דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬אַזױ האָט‬

                   ‫געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל װעגן דיר‪ ,‬ברוך‪:‬‬
   125   126   127   128   129   130   131   132   133   134   135