Page 128 - Yirmiyohu
P. 128

‫ירמיה‬

‫מוֹרא געהאַט‪ ,‬און ז ַײנען ניט געגאַנגען אין מ ַײן תּוֹרה און אין מ ַײנע‬
  ‫געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר א ַײך און פֿאַר א ַײערע עלטערן‪.‬‬

                         ‫‪ 11‬דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬
                                                  ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬

                          ‫זעט‪ ,‬איך קער מ ַײן פּנים אױף א ַײך צום ביזן‪,‬‬
                                        ‫און צו פֿאַרשנ ַײדן גאַנץ יהודה‪.‬‬

                  ‫‪ 12‬און איך װעל נעמען דעם איבערבל ַײב פֿון יהודה‬
                                       ‫װאָס האָבן געקערט זײער פּנים‬

                        ‫צו קומען קײן לאַנד ִמצ ַר ִים צו װױנען דאָרטן‪,‬‬
                                      ‫און אַלע װעלן פֿאַרלענדט װערן;‬
                                      ‫אין לאַנד ִמצ ַר ִים װעלן זײ פֿאַלן;‬

                  ‫פֿון שװערד‪ ,‬פֿון הונגער‪ ,‬װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן;‬
                       ‫פֿון קלײן ביז גרױס‪ ,‬פֿון שװערד און פֿון הונגער‬
                                                     ‫װעלן זײ שטאַרבן;‬
                     ‫און זײ װעלן ז ַײן פֿאַר אַ פֿלוך‪ ,‬און פֿאַר אַ שרעק‪,‬‬
                                  ‫און פֿאַר אַ קללה‪ ,‬און פֿאַר אַ שאַנד‪.‬‬
                                       ‫‪ 13‬און איך װעל זיך אָפּרעכענען‬
                                   ‫מיט די װאָס זיצן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                           ‫װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                            ‫מיט שװערד‪ ,‬מיט הונגער‪ ,‬און מיט פּעסט‪.‬‬
                                      ‫‪ 14‬און פֿון דעם רעשט פֿון יהודה‬
                      ‫װאָס קומען קײן לאַנד ִמצ ַר ִים צו װױנען דאָרטן‪,‬‬
                      ‫װעט ניט ז ַײן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער‬
                                      ‫זיך אומצוקערן קײן לאַנד יהודה‪,‬‬

              ‫װאָס זײער האַרץ ציט זײ זיך װידער צו באַזעצן דאָרטן;‬
           ‫װאָרום זײ װעלן זיך ניט אומקערן‪ ,‬צו מאָל װי אַנטרונענע‪.‬‬

‫‪ 15‬האָבן געענטפֿערט ִירמָיהון אַלע מענער װאָס האָבן געװוּסט אַז‬
‫זײער װ ַײבער ר ַײכערן צו פֿרעמדע געטער‪ ,‬און אַלע װ ַײבער װאָס‬
‫ז ַײנען געשטאַנען אַרום‪ ,‬אַ גרױס געזעמל‪ ,‬און דאָס גענצע פֿאָלק‬
‫װאָס ז ַײנען געזעסן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אין ַפּתרוֹס‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 16‬דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט צו איאָנדז אין נאָמען פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬הערן מיר דיר ניט צו‪ 17 .‬נ ַײערט טאָן װעלן מיר טאָן איטלעך‬
‫װאָרט װאָס איז אַרױס פֿון אונדזער מױל‪ ,‬צו ר ַײכערן צו דער מלכּה‬
‫פֿון הימל‪ ,‬און גיסן צו איר גיסאָפּװער‪ ,‬אַזױ װי איר האָבן געטאָן‪ ,‬מיר‬
   123   124   125   126   127   128   129   130   131   132   133