Page 124 - Yirmiyohu
P. 124
ירמיה
װאָרום איך האָב חרטה אױף דעם בײז
װאָס איך האָב א ַײך געטאָן.
11איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר דעם מלך פֿון בבֿל,
װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר אים;
איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים ,זאָגט גאָט,
װאָרום איך בין מיט א ַײך ,א ַײך צו העלפֿן,
און א ַײך מציל צו ז ַײן פֿון ז ַײן האַנט.
12און איך װעל א ַײך געבן דערבאַרימונג,
און ער װעט א ַײך דערבאַרימען,
אונװ עט א ַײך אומקערן אױף א ַײער ערד.
13אױב אָבער איר זאָגט :מיאָר װעלן ניט בל ַײבן אין דעם דאָזיקן
לאַנד – ניט צוצוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה א ַײער גאָט 14 ,אַזױ צו
זאָגן :נײן ,נ ַײערט קײן לאַנד ִמצ ַר ִים װעלן מיר גײן ,װוּ מיר װעלן ניט
זען קײן מלחמה ,און ניט הערן דעם ָקול פֿון אַ שוֹפֿר ,און מיר װעלן
ניט הונגערן נאָך ברױט; און דאָרטן װעלן מיר װױנען – 15טאָ
אַצונד הערט דרום דאָס װאָרט פֿון גאָט ,איר איבערבל ַײב פֿון יהודה:
אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,
דער גאָט פֿון ישׂראל:
אױב קערן װעט איר קערן א ַײער פּנים
צו קומען קײן ִמצ ַר ִים,
און איר װעט קומען װױנען דאָרטן,
16איז ,די שװערד װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר איר,
װעט א ַײך דאָרטן דערגרײכן אין לאַנד ִמצ ַר ִים,
און דער הונגער װאָס איר האגהט זיך װעטן אים,
װעט א ַײך אָניאָגן דאָרטן אין ִמצ ַר ִים,
און דאָרטן װעט איר שטאַרבן.
17און געשען װעט מיט אַלע מענטשן
װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן ִמצ ַר ִים,
צו װױנען דאָרטן,
אַז זײ װעלן שטאַרבן און דער שװערד,
פֿונעם הונגער ,און פֿון דערם פּעסט,
און פֿון זײ װעט ניט ז ַײן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער,
פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף זײ.
18װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,