Page 123 - Yirmiyohu
P. 123
ירמיה
נ ַתנָיהן האָט דערשלאָגן גדליה דעם זון פֿון אַחיקמען ,װאָס דער מלך
פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד.
1און אַלע הױפּטל ַײט פֿון חיל ,און יוֹחָנן דער זון פֿון ָק ֵרחן,
און איַזנָיה דער זון פֿון הוֹ ַשעָיהן ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿוןמב
קלײן ביז גרױס ,האָבן געגענט 2 ,און האָבן געזאָגט צו ִירמָיהו
הנבֿיא :זאָל ,איך בעט דיך ,פֿאַלן אונדזער געבעט פֿאַר דיר ,און זײ
מתפּלל צו יהוה ד ַײן גאָט פֿאַר אונדז ,פֿאַר דעם דאָזיקן גאַנצן
איבערבל ַײב ,װאָרום מיר ז ַײנען פֿון פֿיל געבליבן װינציק ,אַזױ װי
ד ַײנע אױגן זעען אונדז 3 .און זאָל יהוה ד ַײן גאָט אונדז זאָגן דעם
װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן ,און די זאַך װאָס מיר זאָלן טאָן.
4האָט ִירמָיהו הנבֿיא צו זײ געזאָגט :איך האָב געהערט; אָט בין איך
מתפּלל צו יהוה א ַײער גאָט ,אַזױ װי א ַײערע װערטער; און עס װעט
ז ַײן ,איטלעך װאָרט װאָס יהוה װעט א ַײך ענטפֿערן ,װעל איך א ַײך
דערצײלן; איך װעל ניט פֿאַרמ ַײדן פֿון א ַײך אַ װאָרט.
5האָבן זײ געזאָגט צו ִירמָיהון :זאָל יהוה ז ַײן אַן אמתער און
באַגלױבטער עדות אַקעגן אונדז ,אױב ניט אַזױ װי איטלעך װאָרט
מיט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך שיקן צו אונדז ,אַזױ װעלן מיר
טאָן 6 .ס ַײ גוט און ס ַײ שלעכט װעלן מיר צוהערן צו דעם ָקול פֿון
יהוה אונדזער גאָט ,װאָס מיר שיקן דיך צו אים; כּדי אונדז זאָל גוט
ז ַײן ,אַז מיר װעלנם צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה אונדזער גאָט.
7און עס איז געװען צום ָסוף פֿון צען טעג ,איז דאָס װאָרט פֿון גאָט
געװען צו ִירמָיהון 8 .און ער האָט גערופֿן יוֹחָנן דעם זון פֿון ָק ֵרחן,
און אַלע הױפּטל ַײט פֿון ֵכל װאָס מיט אים ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק
אופֿן קלײן ביז גרױס 9 .און ער האָט צו זײ געזאָגט:
אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל,
װאָס איר האָט מיך צו אים געשיקט,
צו מאַכן פֿאַלן א ַײער געבעט פֿאַר אים:
10אױב בל ַײבן װעט איר בל ַײבן אין דעם דאָזיקן לאַנד
װעל איך א ַײך אױפֿבױען און ניט צעשטערן,
און װעל א ַײך א ַײנפֿלאַנצן און ניט אױסר ַײסן,