Page 118 - Yirmiyohu
P. 118
ירמיה
פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,און האָבן זיך געזעצט אין מיטלסטן טױער:
ֵנרַגלַ -שׂר ֶא ֶצרַ ,סמַגר-נבוַֹ ,שׂרסכים ַרבָ -סריס ,און אַלע איבעריקע
האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל 4 .און עס איז געװען ,װי ִצד ִקָיהו דער
מלך פֿון יהודה און אַלע מלחמה-ל ַײט האָבן זײ דערזען ,אַזױ ז ַײנען
זײ אַנטלאָפֿן ,און ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען ב ַײ נאַכט פֿון שטאָט דורך
דעם מלכס גאָרטן ,דורך דע ,טױער צװישן די צװײ מױערן; און ער
איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן װעג פֿון פּלױן 5 .האָט דער חיל פֿון די
ַכּשׂדים זײ נאָכגעיאָגט ,און זײ האָבן אָנגעיאָגט ִצד ִקָיהון אין די
פּלױנען פֿון איריכוֹ; און זײ האָבן אים גענומען און אים
אַרױפֿגעבראַכט צו נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל קײן רב ָלה אין
לאַנד ַח ָמת ,און ער האָט אַרױסגעזאָגט אַ משפּט אױף אים 6 .און
דער מלך פֿון בבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון ִצד ִקָיהון אין ָרב ָלה פֿאַר
ז ַײנע אױגן; אױך אַלע אַדלל ַײט פֿון יהודה האָט דער מלך פֿון בבֿל
געשאָכטן 7 .און די אױגן פֿון ִצד ִקָיהון האָט ער בלינד געמאַכט ,און
ער האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן ,אים צו ברענגען קײן
בבֿל 8 .און דאָס הױז פֿון דעם מלך ,און דאָס הױז פֿון פֿאָלק ,האָבן
די ַכּשׂים פֿאַרברענט אין פֿ ַײער ,און די מױערן פֿון ירו ָש ַל ִים האָבן זײ
א ַײנגעװאָרפֿן 9 .און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס ז ַײנען געבליבן אין
דער שטאָט ,און די צוגעפֿאַלענע װאָס ז ַײנען צוגעפֿאַלן צו אים ,און
דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס ז ַײנען געבליבן ,האָט נבוַז ְראַ ָדן דער
הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל פֿאַרטריבן קײן בבֿל 10 .אָבער פֿון דעם
אָרימען פֿאָלק װאָס האָבן גאָרנישט געהאַט ,האָט נבוַז ְראַ ָדן דער
הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל איבערגעלאָזט אין לאַנד יהודה ,און ער
האָט זײ געגעבן װ ַײנגערטנער און פֿעלדער אין יענעם טאָג.
11און נבו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל האָט באַפֿױלן דורך נבוַז ְראַ ָדן
דעם הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל װעגן ִירמָיהון ,אַזױ צו זאָגן 12 :נעם
אים ,און טו ד ַײנע אױגן אױף אים ,און זאָלסט אים ניט טאָן קײן
שום בײז; נ ַײערט אַזױ װי ער װעט דיר זאָגן ,אַזױ טו מיט אים.
13האָט געשיקט נבוַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל ,און
נבו ַשזבן ַרבָ -סריס ,און ֵנרַגלַ -שׂר ֶא ֶצר ַרבָ -מג ,און אַלע גרױסע ל ַײט פֿון
דעם מלך פֿון בבֿל – 14האָבן זײ געשיקט ,און האָבן אַרױסגענומען
ִירמָיהון פֿון הױף פֿון דער װאַך ,און האָבן אים איבערגעגעבן צו
ג ַדלָיהו דעם זון פֿון אַחי ָקם דעם זון פֿון ָש ָפֿנען ,אים אַרױסצונעמען
אַהײם .און ער איז געזעסן צװישן פֿאָלק.