Page 116 - Yirmiyohu
P. 116
ירמיה
אַלטע שמאַטעס ,און ער האָט זײ אַראָפּגעלאָזט צו ִירמָיהון אין גרוב
מיט שטריק 12 .און ֶע ֶבדֶ -מ ֶלך דער כּושי האָט געזאָגט צו ִירמָיהון:
טו ,איך בעט דיך ,די אַלטע קאָדרעס און די שמאַטעס אונטער ד ַײנע
אָרעמס אונטער די שטריק .און ִירמיהו האָט אַזױ געטאָן 13 .און זײ
האָבן געצױגן ִירמָיהון מיט שטריק ,און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט
פֿון דער גרוב .און ִירמָיהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.
14האָט דער מלך ִצד ִקָיהו געשיקט און גענומען ִירמָיהו הנבֿיאן צו
זיך ,צום דריטן א ַײנגאַנג װאָס אינהױז פֿון גאָט; און דער מלך האָט
געזאָגט צו ִירמָיהון :איך װעל דיך פֿרעגן אַ זאַך; זאָלסט ניט
פֿאַרלײקענען פֿון מיר אַ װאָרט 15 .האָט ִירמָיהו געזאָגט צו ִצד ִקָיהון:
אַז איך װעל דיר זאָגן װעסטו דאָך טײטן מיך טײטן ,און אַז איך װעל
דיר געבן אַן עטש ,װעסטו ניט צוהערן צו מיר 16 .האָט דער מלך
ִצד ִקָיהו געשװאָרן ִירמָיהון אין פֿאַרבאָרגעניש ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ װי
עס לעבט גאָט װאָס האָט אונדז באַשאַפֿן די דאָזיקע זעל ,אױב איך
װעל דיך טײטן ,און אױב איך װעל דיך איבערגעבן אין דער האַנט פֿון
די דאָזיקע ל ַײט װאָס זוכן ד ַײן לעבן!
17האָט ִירמָיהו געזאָגט צו ִצד ָקָיהון :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער
גאָט פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל :אױב אַרױסגײן װעסטו
אַרױסגײן צו די האַנר פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,װעט ד ַײן נפֿש בל ַײבן
לעבן ,און די דאָזיקע שטאָט װעט ניט פֿאַרברענט װערן אין פֿ ַײער;
אי דו װעסט בל ַײבן לעבן ,אי ד ַײן הױזגעזינט 18 .אױב אָבער װעסט
ניט אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,װעט די דאָזיקע
שטאָט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די ַכּשׂדים ,און זײ
װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿ ַײער ,און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון
זײער האַנט 19 .האָט דער מלך ִצד ִקָיהו געזאָגט צו ִימָיהון :איך האָב
מוֹרא פֿאַר די י ִידן װאָס ז ַײנען צוגעפֿאַלן צו די ַכּשׂדים ,מע זאָל מיך
ניט איבערגעבן אין זײער האַנט ,און זײ װעלן זיך אָנטאָן אָן מיר.
20האָט ִירמָיהו געזאָגט :מע װעט דיך ניט איבערגעבן .הער צו ,איך
בעט דיך ,צו דעם ָקול פֿון גאָט אין װאָס איך רעד צו דיר ,און עס
װעט ז ַײן גוט פֿאַר דיר ,און ד ַײן נפֿש װעט בל ַײבן לעבן.
21אױב אָבער דו װילסט ניט אַרױסגײן ,איז דאָס דאָס װאָרט װאָס
גאָט האָט מיר געװיזן 22 :ערשט אַלע װ ַײבער װאָס ז ַײנען געבליבן