Page 121 - Yirmiyohu
P. 121
ירמיה
און איך װעל דערשלאָגן ִיש ָמ ֵעאל דעם זון פֿון נ ַתנָיהן ,און קײן
מענטש װעט ניט װיסן .נאָך װאָס זאָל ער דיר נעמען דאָס לעבן ,און
גאַנץ יהודה װאָס ז ַײנען א ַײנגעזאַמלט אַרום דיר ,װעלן צעשפּרײט
װערן ,און דער איבערבל ַײב פֿון יהודה װעט אונטערגײן? 16אָבער
ג ַדלָיהו דער זון פֿון אַחי ָקמען האָט געזאָגט צו יוֹחָנן דעם זון פֿון
ָק ֵרחן :זאָלסט ניט טאָן די דאָזיקע זאַך ,װאָרום ליגן זאָגסטו אױף
ִיש ָמ ֵעאלן.
1און עס איז געװען אין זיבעטן חוֹדש ,איז געקומען
ִיש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיה דעם זון פֿון ֶאלי ָש ָמען פֿוןמא
קיניגלעכן אָפּשטאַם ,און די גרױסע ל ַײט פֿון דעם מלך ,און צען מאַן
מיט אים ,צו ג ַדלָיהו דעם זון פֿון אַחי ָקמען קײן ִמצ ָפּה ,און זײ האָבן
דאָרטן געגעסן ברױט אין אײנעם אין ִמצ ָפּה 2 .איז אױפֿגעשטאַנען
ִיש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיהן ,און די צען מאַן װאָס מיט אים ,און זײ
האָבן געשלאָגן ג ַדלָיהו דעם זון פֿון אַחי ָקם דעם זון פֿון ָש ָפֿנען מיטן
שװערד; און ער האָט אים געטײט – דעם װאָס דער מלך פֿון בבֿל
האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד 3 .אױך אַלע יִידן װאָס ז ַײנען געװען
מיט אים ,מיט ג ַדלָיהון ,אין ִמצל ָפּה ,און די ַכּשׂדים װאָס האָבן זיך
דאָרטן געפֿונען ,די מלחמה-ל ַײט ,האָט ִיש ָמ ֵעאל דערשלאָגן.
4און עס איז געװען אױפֿן צװײטן טאָג נאָכן טײטן ג ַדלָיהון ,װען ק ַײ
מענטש האָט נאָך ניט געװוּסט 5 ,ז ַײנען אָנגעקומען מענטש פֿון
ש ֶכם ,װוּן שילוֹ ,און פֿון שוֹמרוֹן ,אַכציק מאַן מיט אָפּגעגאָלטע בערד,
און צעריסענע קלײדע,ר און שניטן אױפֿן ל ַײב; מיט שפּ ַײזאָפּפֿער און
װ ַײרױך אין זײער האַנט ,אױף צו ברענגען אין הױז פֿון גאָט 6 .איז
אַרױסגעגאַנגען יש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיהן זײ אַנטקעגן פֿון ִמצ ָפּה,
געגאַנגען און גײענדיק געװײנט; און עס איז געװען ,װי ער האָט זײ
באַגעגנט ,אַזױ האָט ער צו זײ געזאָגט :קומט צו ב ַדלָיהו דעם זון פֿון
אַחי ָקמען 7 .איז ,װי זײ ז ַײנען אַר ַײנגעקומען אין מיטן שטאָט ,אַזױ
האָט ִיש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיהן זײ געשאָכטן אין דער גרוב אַר ַײן,
ער און די מענטשן װאָס מיט אים 8 .און צען מאַן האָבן זיך געפֿונען
צװישן זײ ,װאָס האָבן געזאָגט צו ִיש ָמ ֵעאלן :טײט אונדז ניט װאָרום
מיר האָבן ,באַהאַלטן אין פֿעלד ,װײץ און גערשטן און אײל און
האָניק .האָט ער זיך אָפּגעהאַלטן ,און האָט זײ ניט געטײט צװישן