Page 117 - Yirmiyohu
P. 117
ירמיה
אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה ,װערן אַרױסגעפֿירט צו די האַרן פֿון
דעם מלך פֿון בבֿל ,און זײ זאָגן:
דיך א ַײנגערעדט און דיך ב ַײגעקומען
האָבן די גוטע פֿר ַײנט ד ַײנע;
א ַײנגעזונקען אין אַ זומפּ ז ַײנען ד ַײנע פֿיס –
ז ַײנען זײ אָפּגעטרעטן אַהינטער.
23און אַלע ד ַײנע װ ַײבער און ד ַײנע קינדער פֿירט מען אַרױס צו די
ַכּשׂדים ,און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט ,נ ַײערט
אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעסטו געכאַפּט װערן ,און
װעסט מאַכן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿ ַײער.
24האָט ִצד ִקָיהו געזאָגט צו ִירמָיהון :זאָל ק ַײ מענטש ניט װיסן פֿון
די דאָזיקע װערטער ,און װעסט ניט שטאַרבן 25 .און אַז די האַרן
װעלן הערן אַז איך האָב גערעדט מיט דיר ,און זײ װעלן קומען צו
דיר און זאָגן צו דיר :זאָג אונדז אַקאָרשט ,װאָס האָסטו גערעדט צום
מלך; זאָלסט ניט פֿאַרלײקענען פֿון אונדז און מיר װעלן דיך ניט
טײטן; און װאָס האָט גערעדט צו דיר דער מלך? 26זאָלסטו זאָגן צו
זײ :איך האָב געלאָזט פֿאַלן מ ַײן געבעט פֿאַרן מלך ,מיך ניט
אומצוקערן אין יהוָֹנ ָתנס הױז ,צו שטאַרבן דאָרטן.
27ז ַײנען געקומען אַלע האַרן צו ִירמָיהון ,און האָבן אים געפֿרעגט,
און ער האָט זײ געזאָגט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס דער
מלך האָט באַפֿױלן ,און זײ האָבן אים צו רו געלאָזט ,װאָרום דאָס
גערײד איז ניט געהערט געװאָרן 28 .און ִירמָיהו איז געזעסן אין הױף
פֿון דער װאַך ביז דעם טאָג װאָס ירו ָש ַל ִים איז באַצװוּנגען געװאָרן.
און עס איז געװען ,אַז ירו ָש ַל ִים איז באַצװוּנגען געװאָרן –
1אין נ ַײנטן יאָר פֿון ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿו יהודה ,אין צענטן
חוֹדש ,איז געקומען נבו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל און ז ַײןלט
גאַנצער ֵכל אױף ירו ָש ַל ִים ,און זײ האָבן געלעגערט אױף איר; 2אין
עלפֿטן יאָר פֿון ִצד ִקָיהון ,אין פֿירטן חוֹדש ,אין נ ַײנטן טאָג פֿון חוֹדש,
איז א ַײנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט 3 – .ז ַײנען געקומען אַלע האַרן