Page 114 - Yirmiyohu
P. 114

‫ירמיה‬

‫ירו ָש ַל ִים צו גײן קײן לאַנד בנימין‪ ,‬כּדי צו קריגן דאָרטן ז ַײן חלק‬
‫ירושה צװישן דעם פֿאָלק‪ 13 .‬איז‪ ,‬װי ער איז געװען אין טױער פֿון‬
‫בנימין‪ ,‬איז דאָרטן געװען דער הױפּטמאַן פֿון דער װאַס‪ ,‬װאָס ז ַײן‬
‫נאָמען איז געװען ִיראָייה דער זון פֿון ֶש ֶלמָיה דעם זון פֿון חַננָיהן;‬
‫האָט ער אָנגעכאַפּט ִירמָיהו הנבֿיאן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬צו די ַכּשׂדים‬
‫װילסטו צופֿאַלן‪ 14 .‬האָט ִירמָיהו געזאָגט‪ :‬אַליגן! איך װיל ניט‬
‫צופֿאַלן צו די ַכּשׂדים‪ .‬אָבער ער האָט ניט צוגעהערט צו אים‪ ,‬און‬
‫ִיראָייה האָט אָנגעכאַפּט ִירמָיהון‪ ,‬און האָט אים געבראַכט צו די‬
‫האַרן‪ 15 .‬און די האַרן האָבן געצערנט אױף ִירמָיהון‪ ,‬און האָבן אים‬
‫געשלאָגן‪ ,‬און אים אַר ַײנגעגעבן אין געפֿענקעניש‪ ,‬אין הױז פֿון‬
‫יהוָֹנ ָתן דעם שר ַײבער; װאָרום דאָס האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ‬

                                                                ‫תּפֿיסה‪.‬‬

‫‪ 16‬אַז ִירמָיהו איז געקומען אין געפֿענקעניש און אין די געװעלבן‪,‬‬
‫און ִירמָיהו איז דאָרטן אָפּגעזעסן פֿיל טעג‪ 17 ,‬האָט דער מלך‬
‫ִצד ִקָיהו געשיקט‪ ,‬און האָט אים אַרױסגענומען; און דער מלך האָט‬
‫אים געפֿרעגט ב ַײ זיך אין הױז‪ ,‬אין פֿאַרבאָרגעניש‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫פֿאַראַן אַ װאָרט פֿון גאָט? האָט ִירמָיהו געזאָגט‪ :‬פֿאַראַן; און ער‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעסטו‬
‫איבערגעגעבן װערן‪ 18 .‬און ִירמָיהו האָט געזאָגט צום מלך ִצד ִקָיהון‪:‬‬
‫װאָס האָב איך געזינדיקט קעגן דיר‪ ,‬און קעגן ד ַײנע קנעכט‪ ,‬און קעגן‬
‫דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬װאָס איר האָט מיך אַר ַײנגעגעבן אין תּפֿיסה?‬
‫‪ 19‬און אַװוּ ז ַײנען א ַײערע נבֿיאים װאָס האָבן א ַײך נבֿיאות געזאָגט‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬דער מלך פֿון בבֿל װעט ניט קומען אױף א ַײך און אױף‬
‫דעם דאָזיקן לאַנד? ‪ 20‬און אַצונד‪ ,‬הער צו‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן האַר‬
‫קיניג; זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬פֿאַלן מ ַײן געבעט פֿאַר דיר‪ ,‬און זאָלסט מיך‬
‫ניט אומקערן אין הױז פֿון יהוָֹנ ָתן דעם שר ַײבער‪ ,‬און לאָמיך ניט‬
‫שטאַרבן דאָרטן‪ 21 .‬האָט דער מלך ִצד ִקָיהו באַפֿױלן‪ ,‬און מע האָט‬
‫אַר ַײנגעזעצט ִירמָיהון אין האָ פֿון דער װאַך‪ ,‬און מע האָט אים‬
‫געגעבן אַ לאַבן ברױט אַ טאָג פֿון דער בעקערגאַס ביז דאָס גאַנצע‬
‫ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט‪ .‬אַזױ איז ִירמָיהו געזעסן‬

                                                ‫אין הױף פֿון דער װאַך‪.‬‬
   109   110   111   112   113   114   115   116   117   118   119