Page 112 - Yirmiyohu
P. 112

‫ירמיה‬

‫האָבן געהערט אַלע די דאָזיקע װערטער‪ 25 .‬און הגם ֶאלָנ ָתן און‬
‫ד ָלָיהו און ג ַמרָיהו האָבן זיך געבעטן ב ַײם מלך ניט צו פֿאַרברענען די‬
‫מגילה‪ ,‬האָט ער דאָך ניט צוגעהערט צו זײ‪ 26 .‬און דער מלך האָט‬
‫באַפֿױלן אי ַרכ ְמ ֵאל דעם זון פֿון מלך‪ ,‬און שׂ ָרָיהו דעם זון פֿון ַעזרי ֵאלן‪,‬‬
‫און ֶש ֶלמָיהו דעם זון פֿון ַעב ְדאַלן‪ ,‬צו ברענגען ברוך דעם שר ַײבער‬

                    ‫און ִירמָיהו הנבֿיא‪ ,‬אָבער גאָט האָט זײ באַהאַלטן‪.‬‬

‫‪ 27‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהון‪ ,‬נאָכדעם װי דער‬
‫מלך האָט פֿאַרברענט די מגילה מיט די װערטער װאָס ברוך האָט‬
‫אױפֿגעשריבן פֿון ִירמָיהוס מױל – אַזױ צו זאָגן‪ 28 :‬נעם דיר װידער‬
‫אַן אַנדער מגילה‪ ,‬און שר ַײב אָן אױף איר אַלע פֿריערדיקע װערטער‬
‫װאָס ז ַײנען געװען אױף דער ערשטער מגילה‪ ,‬װאָס יהוָֹיקים דער‬
‫מלך פֿון יהודה האָט פֿאַרברענט‪ 29 .‬און אױף יהוָֹיקים דעם מלך פֿו‬
‫יהודה זאָלסטו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬דו האָסט פֿאַרברענט‬
‫די דאָזיקע מגילה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַלמאַי האָסטו געשריבן אױף איר‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬קומען װעט קומען דער מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און ער װעט‬
‫צעשטערן דאָס דאָזיקע לאַנד‪ ,‬און װעט פֿאַרטיליקן פֿון איר מענטשן‬
‫און בהמות? ‪ 30‬דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף יהוָֹיקים דעם מלך‬

                                                             ‫פֿון יהודה‪:‬‬

                  ‫ק ַײנער פֿון אים װעט ניט אַיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד‪,‬‬
                                ‫און ז ַײן טױטער ל ַײב װער זיך װאַלגערן‬

                 ‫אױף דער היץ ב ַײטאָג‪ ,‬און אױף דער קעלט ב ַײנאַכט‪.‬‬
                            ‫‪ 31‬און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אים‪,‬‬
                                                    ‫און מיט ז ַײן זאָמען‪,‬‬
                               ‫און מיט ז ַײנע קנעכט‪ ,‬פֿאַר זײערע זינד‪,‬‬
                                        ‫און איך װעל ברענגען אױף זײ‪,‬‬
                                   ‫און אױף די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                                         ‫און אױף די מענער פֿון יהודה‪,‬‬

                   ‫דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף זײ‪,‬‬
                                          ‫און זײ האָבן ניט צוגעהערט‪.‬‬

‫‪ 32‬און ִירמָיהו האָט גענומען אַן אַנדער מגילה‪ ,‬און האָט זי געגעבן‬
‫צו ברוך דעם זון פֿון ֵנ ִרָיהון‪ ,‬דעם שר ַײבער און ער האָט‬
‫אױפֿגעשריבן אױף איר פֿון ִירמָיהוס מױל אַלע װערטער פֿון דעם בוך‬
   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116   117