Page 115 - Yirmiyohu
P. 115
ירמיה
1און שפֿקטָיה דער זון פֿון מק ָתּנען ,און ג ַדלָיהו דער זון פֿון
ַפּשחורן ,און יאָ ַכל דער זון פֿון ֶש ֶלמָיהון ,און ַפּשחור דער זוןלח
פֿון ַמל ִכָּיהן ,האָבן געהערט די װערטער װאָס ִירמָיהו רעדט צום
באַנצן פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן 2 :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :דער װאָס
לב ַײבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט װעט שטאַרבן פֿון דער
שװערד ,פֿון דעם הונגער ,און פֿון דער פּעסט ,און דער װאָס גײט
אַרױס צו די ַכּשׂדים ,װעט בל ַײבן לעבן; ז ַײן נפֿש װעט אים ז ַײן צום
געװינס ,און ער װעט בל ַײבן לעבן 3 .אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
איבערגעגעבן װעט איבערגעגעבן װערן די דאָזיקע שטאָט אין דער
האַנט פֿון דעם ֵכל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,און ער װעט זי באַצװינגען.
4האָבן די האַרן געזאָגט צום מלך :זאָל געטײט װערן ,איך בעט דיך,
דער דאָזיקער מאַן ,װאָרום ער שלאַפֿט דאָך אָפּ די הענט פֿון די
המלחמהל ַײט װאָס ז ַײנען איבערגעבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט,
און די הענט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק ,אז דער רעדט צו זײ אַזױ װי די
דאָזיקע רײד; װאָרום דער דאָזיקער מאַן זוכט ניט פֿריד פֿאַר דעם
דאָזיקן פֿאָלק נאָר בלױז אַ רעה 5 .האָט דער מלך ִצד ִקָיהו געזאָגט:
אָט איז ער אין א ַײער האַנט; װאָרום דער מלך קען מיט א ַײך
גאָרנישט אױספֿירן 6 .האָבן זײ גענומען ִירמָיהון ,און האָבן אים
אַר ַײנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון ַמל ִכָּיהו דעם זון פֿון מלך ,װאָס אין
הױף פֿון דער װאַך; און זײ האָבן אַראָפּגעלאָזט ִירמָיהון מיט שטריק.
און אין דער גרוב איז קײן װאַסער ניט געװען ,נאָר בלױז לײם; און
ִירמָיהו איז אַר ַײנגעזונקען אין דעם לײם.
7האָט געהערט ֶע ֶבדֶ -מ ֶלך דער כּושי ,אַ מאַן אַ הױפֿדינער װאָס איז
געװען אין הױז פֿון מלך ,אַז מע האָט ִירמָיהון אַר ַײנגעטאָן אין דער
גרוב; און דער מלך איז געזעסן אין טױער פֿון בנימין 8 .איז ֶע ֶבדֶ -מ ֶלך
אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז ,און האָט גערעטדט צום מלך ,אַזױ צו
זאָגן 9 :מ ַײן האַר מלך ,שלעכט באַגאַנגען האָבן זיך די דאָזיקע ל ַײט
מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן צו ִירמָיהו הנבֿיא ,װאָס זײ האָבן אים
אַר ַײנגעװאָרפֿן אין גרוב; און ער שטאַרבט אױף ז ַײן אָרט פֿאַר
הונגער; װאָרום ניטאָ קײן ברױט מער אין שטאָט 10 .האָט דער מלך
באַפֿױלן ֶע ֶבדֶ -מ ֶלך דעם כּושי ,אַזױ צו זאָגן :נעם מיט דיר פֿון דאַנען
דר ַײסיק מאַן ,און זאָלסט אַרױפֿברענגען כ ִירמָיהו הנבֿיאן פֿון דער
גרוב אײדער ער װעט שטאַרבן 11 .האָט ֶע ֶבדֶ -מ ֶלך גענומען די
מענטשן מיט זיך ,און ער איז געקומען אין הױז פֿון מלך אונטער דער
שאַצקאַמער ,און האָט פֿון דאָרטן גענומען אַלטע קאָדרעס און