Page 110 - Yirmiyohu
P. 110
ירמיה
1און עס איז געװען אין פֿריטן יאָר פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון
יֹא ִשָיהון ,דעם מלך פֿון יהודה ,איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרטלו
צו ִירמָיהון פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן 2 :נעם דיר אַ מגילה ,און זאָלסט
אָנשר ַײבן אױף איר אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט אוצו דיר
אױף ישׂראל ,און אױף יהודה ,און אױף אַלע פֿלעקער ,פֿון דעם טאָג
װאָס איך רעד צו דיר ,פֿון די טעג פֿון יֹא ָשָיהון און ביז אױף ה ַײנטיקן
טאָג 3 .אפֿשר װעט דאָס הױז פֿון יהודה הערן דאָס גאַנצע בײז װאָס
איך טראַכט זײ צו טאָן; כּדי זײ זאָלן זיך אומקערן איטלעכר פֿון ז ַײן
שלעכטן װעג ,און איך זאָל פֿאַרגעבן זײער פֿאַרברעך און זײער זינד.
4האָט ִירמָיהו גערופֿן ברוך דעם זון פֿון ֵנ ִרָיהן ,און ברוך האָט
אױפֿגעשריבן פֿון ִירמָיהוס מױל אַלע װערטער פֿון גאָט ,װאָס ער
האָט או אים גערעדט ,אױף אַ מגילה 5 .און ִירמָיהו האָט באַפֿױלן
ברוכן ,אַזױ צו זאָגן :איך בין פֿאַרהאַלטן ,איך קען ניט קומען אין
הױז פֿון גאָט; 6דרום זאָלסט דו גײן ,און ל ַײענען פֿון דער מגילה
װאָס דו האָסט אױפֿגעשריבן פֿון מ ַײן מױל ,די װערטער פֿון גאָט ,אין
די אױערן פֿון פֿאָלק ,אין הױז פֿון גאָט אין אַ פֿאַסטאָג; און אױך אין
די אױערן פֿון גאַנץ יהודה װאָס קומען פֿון זײערע שטעט ,זאָלסטו זײ
ל ַײענען 7 .אפֿשר װעט פֿאַלן זײער געבעט פֿאַר גאָט ,און זײ װעלן זיך
אומקערן איטלעכער פֿון ז ַײן שלעכטן װעג; װאָרום גרױס איז דער
כּעס און דער גרימצאָרן װאָס גאָט האָט גערעדט אױף דעם דאָזיקן
פֿאָלק.
8האָט ברוך דער זון פֿון ֵנ ִרָיהן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ִירמָיהו
הנבֿיא האָט אים באַפֿױלן – צו ל ַײענען פֿון דעם בוך די װערטער פֿון
גאָט אין גאָטס הױז.
9און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון
יֹא ָשָיהון דעם מלך פֿון יהודה ,אין נ ַײנטן חוֹדש ,האָבן אױסגערופֿן אַ
ָתּענית פֿאַר גאָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין ירו ָש ַל ִים ,און דאָס גאַנצע
פֿאָלק װאָס איז געקומען פֿון די שטעט פֿון יהודה אין ירו ָש ַל ִים.
10און ברוך האָט געל ַײענט פֿון דעם בוך די װערטער פֿון ִירמָיהון אין
הױז פֿון גאָט ,אין דער קאַמערפֿון ג ַמרָיהו דעם זון פֿון ָש ָפֿן דעם
שר ַײבער ,אין דעם אױבערשטן הױף ,אין א ַײנגאַנג פֿון דעם נ ַײעם
טױער פֿון גאָטס הױז ,אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק 11 .האָט
מי ָכיהו דער זון פֿון ג ַמרָיהו דעם זון פֿון ָש ָפֿנען געהערט פֿון בוך אַלע