Page 105 - Yirmiyohu
P. 105

‫ירמיה‬

‫‪ 23‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהון‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 24‬האָסטו ניט געמערקט װאָס די דאָזיקע ל ַײט רעדן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫די צװײ משפּחות װאָס גאָט האָט זײ געװעסט אױסדערװײלט‪ ,‬זײ‬
‫האָט ער פֿאַראַכט? און מ ַײן פֿאָלק לעסטערן זײ‪ ,‬אַז עס איז מער ניט‬

                                                      ‫קײן אומה ב ַײ זײ‪.‬‬

                                            ‫‪ 25‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                     ‫אױב איך האָב ניט מ ַײן בונד מיט טאָג און נאַכט‪,‬‬

                           ‫די געזעצן פֿון ערד און הימל‪ ,‬ניט געמאַכט‪,‬‬
                    ‫‪ 26‬װעל איך אױך פֿאַראַכטן דעם זאָמען פֿון יעקב‪,‬‬

                                                   ‫און דוד מ ַײן קנעכט‪,‬‬
                            ‫ניט צו נעמען פֿון ז ַײן זאָמען געװעלטיקער‬
                     ‫איבער דעם זאָמען פֿון אַברהם‪ ,‬יצחק‪ ,‬און יעקב;‬
                    ‫װאָרום איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט‪,‬‬

                                             ‫און װעל זײ דערבאַרימען‪.‬‬

‫‪ 1‬דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט‪ ,‬בעת‬

‫נבו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און ז ַײן גאַנצער חיל‪ ,‬און אַלעלד‬

‫קיניגר ַײכן פֿון דער ערד אונטער דער ממשלה פֿון ז ַײן האַנט‪ ,‬און‬
‫אַלע פֿעלקער‪ ,‬האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ירו ָש ַל ִים און אױף אַלע‬

                                           ‫אירע שטעט; אַ זױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬גײ‪ ,‬און זאָלסט רעדן‬
                    ‫צו ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬און זאָגן צו אים‪:‬‬

                                                ‫אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                         ‫זע‪ ,‬איך גיב די דאָזיקע שטאָט‬
                                 ‫אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
                                 ‫או ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿ ַײער‪.‬‬
                   ‫‪ 3‬און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון ז ַײן האַנט‪,‬‬
                                     ‫נאָר כאַפּן װעסטו געכאַפּט װערן‪,‬‬
                        ‫און אין ז ַײן האַנט װעסטו איבערגעגעבן װערן‪,‬‬
                      ‫און אױג אין אױג װעסטו זען דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
                             ‫און מױל צו מױל װעט ער מיט דיר רעדן‪,‬‬

                                           ‫און קײן בבֿל װעסטו קומען‪.‬‬
   100   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110