Page 101 - Yirmiyohu
P. 101

‫ירמיה‬

‫באַפֿױלן‪ ,‬און ניט מיר איז אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען‪ ,‬מע זאָל טאָן די‬
‫דאָזיקע אומװערדיקײט‪ ,‬כּדי צו מאַכן זינדיקן יהודה‪ 36 .‬אָבער‬
‫אַצונד‪ ,‬פֿאַר װאָר‪ ,‬האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אױף‬
‫דער דאָזיקער שטאָט‪ ,‬װאָס איר זאָגט‪ ,‬זי איז איבערגעגעבן אין דער‬
‫האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל דורך דער שװערד‪ ,‬און דורך דעם‬

                                         ‫הונגער‪ ,‬און דורך דער פּעסט‪:‬‬

                            ‫‪ 37‬זע‪ ,‬איך זאַמל זײ א ַײן פֿון אַלע לענדער‪,‬‬
                    ‫װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין אין מ ַײן כּעס‪,‬‬

                               ‫און אין מ ַײן גרים‪ ,‬און אין גרױס צאָרן‪,‬‬
                      ‫און איך װעל זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬

                                   ‫און זײ מאַכן װױנען אין זיכערקײט‪.‬‬
                                   ‫‪ 38‬און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק‪,‬‬

                                         ‫און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪.‬‬
                   ‫‪ 39‬און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ‪ ,‬און אײן װעג‪,‬‬

                                    ‫מוֹרא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג‪,‬‬
                      ‫כּדי זײ זאָל גוט ז ַײן‪ ,‬און זײערע קינדער נאָך זײ‪.‬‬

                           ‫‪ 40‬און איך װעל זײ שליסן אַן אײביקן בונד‪,‬‬
                        ‫אַז איך װעל זיך ניט אָפּקערן פֿון הינטער זײ –‬

                                             ‫כּדי איך זאָל זײ באַגיטיקן;‬
                ‫און מ ַײן פֿאָרכט װעל איך אַר ַײנגעבן אין זײער האַרצן‪,‬‬

                                              ‫ניט אַװעקצוגײן פֿון מיר‪.‬‬
                                ‫‪ 41‬און איך װעל מיך פֿרײען איבער זײ‪,‬‬

                                                       ‫זײ צו באַגיטיקן‪,‬‬
        ‫און װעל זײ א ַײנפֿלאַנצן אין דעם דאָזיקן לאַנד מיט אַן אמת‪,‬‬

                   ‫מיט מ ַײן גאַנצן האַרצן‪ ,‬און מיט מ ַײן גאַנצער זעל‪.‬‬
                                    ‫‪ 42‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

                  ‫אַזױ װי איך האָב געבראַכט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק‬
                                             ‫דאָס דאָזיקע גרױסע בײז‪,‬‬

                            ‫אַזױ ברענג איך אױף זײ דאָס גאַנצע גוטס‬
                                              ‫װאָס איך זאָג אָן װעג זײ‪.‬‬

             ‫‪ 43‬און פֿעלד װעט געקױפֿט װערן אין דעם דאָזיקן לאַנד‪,‬‬
                                ‫װאָס איר זאָגט‪ ,‬עס איז אַ װיסטעניש‪,‬‬
                                          ‫אָן אַ מענטש אָדער אַ בהמה‪,‬‬

                  ‫עס איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די ַכּשׂדים‪.‬‬
                                ‫‪ 44‬מע װעט קױפֿן פֿעלדער פֿאַר געלט‪,‬‬
   96   97   98   99   100   101   102   103   104   105   106