Page 96 - Yirmiyohu
P. 96

‫ירמיה‬

‫‪ 25‬דערױף האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט און מיך אומגעקוקט;‬
                         ‫און מ ַײן שלאָף איז מיר זיך געװען‪.‬‬

                              ‫‪ 26‬זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
              ‫און איאָך װעל פֿאַרז ֵײען דאָס הױז פֿון ישׂראל‬

                                   ‫און דאָס הױז פֿון יהודה‪,‬‬
      ‫מיט זאָמען פֿון מענטשן‪ ,‬און מיט זאָמען פֿון בהמות‪.‬‬

                                        ‫‪ 27‬און עס װעט ז ַײן‪,‬‬
                   ‫אַזױ װי איך האָב אױפֿגעפּאַסט אױף זײ‪,‬‬

                             ‫אױסצור ַײסן און א ַײנצוּװאַרפֿן‪,‬‬
‫און צו צעשטערן און אונטערצוברענגען‪ ,‬און בײז צו טאָן‪,‬‬

                          ‫אַזױ װעל איך אױפֿפּאַסן אױף זײ‪,‬‬
                        ‫צו בױען און צו פֿלאַנצן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

                 ‫‪ 28‬אין יענע טעג װעט מען מער ניט זאָגן‪:‬‬
              ‫די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װ ַײנטרױבן‪,‬‬

                       ‫און די צײן פֿון די זין ז ַײנען האַיליק‪.‬‬
        ‫‪ 29‬נ ַײערט איטלעכער פֿאַר ז ַײן זינד װעט שטאַרבן;‬
      ‫יעטװעדער מענטש װאָס עסט די זױערע װ ַײנטרױבן‪,‬‬

                              ‫ז ַײנע צײן װעלן האַיליק װערן‪.‬‬

                              ‫‪ 30‬זע‪ ,‬טעג קומע‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
            ‫און איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬

                             ‫און מיאָט דעם הױז פֿון יהודה‪,‬‬
                                              ‫אַ נ ַײעם בונד;‬

              ‫‪ 31‬ניט װי דער בונד װאָס איך האָב געשלאָסן‬
                                        ‫מיט זײערע עלטערן‬

      ‫אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט‬
                         ‫זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים;‬

                    ‫װאָרום זײ האָבן פֿאַרשטערט מ ַײן בונד‪,‬‬
                 ‫הגם איך בין געװען זײער האַר‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
  ‫‪ 32‬נ ַײערט דאָס װעט ז ַײן דער בונד װאָס איך װעל שליסן‬
      ‫מיט דעם הױז פֿון ישׂראל נאָך יענע טאָג‪ ,‬זאָגט גאָט‪:‬‬

                            ‫איך גיב אַר ַײן מ ַײן תּוֹרה אין זײ‪,‬‬
            ‫און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשר ַײבן;‬

                              ‫און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪,‬‬
   91   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101