Page 91 - Yirmiyohu
        P. 91
     ירמיה
                  און איך װעל דיך שטראָפֿן לױט גערעכטיקײט,
                 אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך דיך ניט פֿאַרטיליקן.
                               12װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
                                            מסוכּן איז ד ַײן בראָך,
                                             שװער איז ד ַײן װוּנד.
                       13ק ַײנער האַלט ניט פֿון ד ַײן גענעזן װערן,
                                   ניטאָ קײן הײלמיטל פֿאַר דיר.
                14אַלע ד ַײנע ליבהאָבער האָבן פֿאַרגעסן אָן דיר,
                                          זײ פֿרעגן ניט אױף דיר;
           װאָרום אַ שלאַק פֿון אַ פֿ ַײנט האָב איך דיך געשלאָגן,
                                   אַ שטראָף אומדערבאַרימדיק,
                                        פֿאַר ד ַײן גרױס פֿאַרברעך,
                                       װ ַײל ד ַײנע זינד ז ַײנען פֿיל.
                                15װאָס שר ַײסטו אױף ד ַײן בראָך,
                                   װאָס מסוכּן איז ד ַײן װ ַײטאָק?
                                        פֿאַר ד ַײן גרױס פֿאַרברעך,
                                       װ ַײל ד ַײנע זינד ז ַײנען פֿיל,
                                    האָב איך דאָס געטאָן צו דיר.
          16אָבער אַלע ד ַײנע פֿאַרצערער װעלן פֿאַרצערט װערן,
       און אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט װעלן אַלע אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן,
                           און ד ַײנע רױבער װעלן צו רױב װערן,
      און אַלע ד ַײנע אױסרױבער װעל איך געבן צו אױסרױבונג.
                   17װאָרום איך װעל ברענגען אַ רופֿאה צו דיר,
             און פֿון ד ַײנע װוּנדן װעל איך דיך הײלן ,זאָגט גאָט;
                      װ ַײל מען האָט דיך גערופֿן פֿאַרשטױסענע:
                     ” ִציוֹן איז זי ,ק ַײנער פֿרעגט ניט אױף איר“.
                                       18אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,איך קער אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון די געצעלטן פֿון יעקב,
                      און ז ַײנע װױנונגען װעל איך דערבאַרימען;
            און די שטאָט װעט אָפּגעבױט װערן אױף איר הױפֿן,
            און דער פּלאַץ װעט באַװױנט ז ַײן אױף ז ַײן שטײגער.
                          19און אַרױסגײן װעט פֿון זײ אַ לױבונג,
                                         און אַ ָקול פֿון לוסטיקע;
                                           און איך װעל זײ מערן,





