Page 88 - Yirmiyohu
        P. 88
     ירמיה
                                      ב ַײ אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד,
                                      פֿאַר אַ קללה ,און פֿאַר אַ שרעק,
                            און פֿאַר אַ שמוצערונג ,און פֿאַר אַ שאַנד,
           צװישן אַלע פֿעלקער ,װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין;
                                  19פֿאַר װאָס זײ האָבן ניט צוגעהערט
                                         צו מ ַײנע װערטער ,זאָגט גאָט,
               װען איך האָב בעשיקט צו זײ מ ַײנע קנעכט די נבֿיאים,
                                   נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט;
                             און איר האָט ניט צוגעהערט ,זאָגט גאָט.
          20דרום הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט ,איר אַלע פֿאַרטריבענע,
                 װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון ירו ָש ַל ִים קײן בבֿל:
          21אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל,
                                       אױף אַ ְכאב דעם זון פֿון קוֹ ָלָיהן,
                                און אױף ִצד ִקָיהו דעם זון פֿון ַמ ֲע ֵשָׂיהן,
                          װאָס זאָגן א ַײך נבֿיאות אין מ ַײן נאָמען ליגן:
                                         זע ,איך גיב זײ אין דער האַנט
                                    פֿון נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל,
                        און ער װעט זײ דערשלאָגן פֿאַר א ַײערע אױגן.
                             22און פֿון זײ װעט גענומען װערן אַ קללה
                      ב ַײ אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהודה װאָס אין בבֿל,
                                      אַזױ צו זאָגן :זאָל דיך גאָט מאַכן
                                     אַזױ װי ִצד ִקָיהו און אַזױ װי ֶא ָכב,
               װאָס דער מלך פֿון בבֿל האָט זײ פֿאַרברענט אין פֿ ַײער!
                            23װ ַײל זײ האָבן געטאָן נ ָבלות אין ישׂראל,
                   און מַזנה געװען מיט די װ ַײבער פֿון זײערע חברים,
                          און פֿאַלש גערעדט אין מ ַײן נאָמען װערטער
                                        װאָס איך האָב זײ ניט באַפֿױלן;
                            אָבער איך װײס ,און בין עדות ,זאָגט גאָט.
 24און אױף ש ַמעָיהון פֿון ֶנכ ָלם זאָלסטו זאָגן ,אַזױ צו זאָגן 25 :אַזױ
האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:
װ ַײל דו האָסט געשיקט אין ד ַײן נאָמען בריװ צום גאַנצן פֿאָלק װאָס
אין ירו ָשלק ִים ,און צו צ ַפֿנָיה דעם זון פֿון ַמ ֲע ֵשָׂיהן ,דעם כֹּהן ,און צו
אַלע כֹּהנים ,אַזױ צו זאָגן 26 :גאָט האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ כֹּהן





