Page 87 - Yirmiyohu
P. 87

‫ירמיה‬

                                 ‫‪ 10‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                   ‫װאַרװאָר‪ ,‬װען זיבעציק יאָר װערן פֿון אױף בבֿל‪,‬‬

                                   ‫װעל איך זיך דערמאָנען אָן א ַײך‪,‬‬
                               ‫און װעל מקיים ז ַײן מ ַײן גוטן צוזאָג‪,‬‬
                             ‫א ַײך אומצוקערן צו דעם דאָזיקן אָרט‪.‬‬
                               ‫‪ 11‬װאָרום איך װײס די טראַכטונגען‬
                           ‫װאָס איך טראַכט װעגן א ַײך‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                          ‫טראַכטונגען פֿון פֿריד‪ ,‬און ניט צום בײזן‪,‬‬
                         ‫כּדי א ַײך צו געבן אַ לעצט און אַ האָפֿנונג‪.‬‬

                                         ‫‪ 12‬און איר װעט מיך רופֿן‪,‬‬
                    ‫און איר װעט גײן און װעט מתפּלל ז ַײן צו מיר‪,‬‬

                                     ‫און איך װעל צױהערן צו א ַײך‪.‬‬
                            ‫‪ 13‬און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען‪,‬‬
                ‫אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט א ַײער גאַנצן האַרצן‪.‬‬
            ‫‪ 14‬און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון א ַײך‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                    ‫און איך װעל אומקערן א ַײער געפֿאַנגענשאַפֿט‪,‬‬
                      ‫און װעל א ַײך א ַײנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער‪,‬‬

                                               ‫און פֿון אַלע ערטער‪,‬‬
                 ‫װאָס איך האָב א ַײך פֿאַרשטױסן אַהין‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                         ‫און איך װעל א ַײך אומקערן צו דעם אָרט‪,‬‬
                         ‫װאָס איך האָב א ַײך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן‪.‬‬

                                         ‫‪ 15‬װ ַײל איר האָט געזאָגט‪:‬‬
                  ‫גאָט האָט אונדז אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אין בבֿל‪.‬‬

                                  ‫‪ 16‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‬
                    ‫אױף דעם מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון דוד‪,‬‬
‫און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס זיצט אין דער דאָזיקער שטאָט –‬
        ‫א ַײערע ברידער װאָס ז ַײנען ניט אַרױס מיט א ַײך אין גלות‪:‬‬

                           ‫‪ 17‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאומת‪:‬‬
                                ‫זע‪ ,‬איך שיק אָן אױף זײ די שװערד‪,‬‬
                                        ‫דעם הונגער‪ ,‬און די פּעסט‪,‬‬

                     ‫און איך װעל זײ מאַכן אַזױ װי עקלדיקע פֿ ַײגן‬
                  ‫װאָס קענען ניט געגעסן װאָרן פֿאַר שלעכטקײט‪.‬‬

                    ‫‪ 18‬און איך װעל זײ נאָכיאָגן מיט דער שװערד‪,‬‬
                                  ‫מיטן הונגער‪ ,‬און מט דער פּעסט‪,‬‬

                              ‫און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער‬
   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91   92