Page 82 - Yirmiyohu
P. 82

‫ירמיה‬

‫גיבוֹרים‪ ,‬און אַלע האַרן‪ ,‬האָבן געהערט ז ַײנע װערטער‪ ,‬און דער מלך‬
‫האָט אים געזוכט צו טײטן; אָבער או ִרָיהו האָט געהערט דערפֿון‪ ,‬און‬
‫ער האָט מוֹרא געקריגן‪ ,‬און איז אַנטלאָפֿן און געקומען קײן ִמצ ַר ִים‪.‬‬
‫‪ 22‬האָט דער מלך יהוָֹיקים געשיקט מענטשן קין ִמצ ַר ִים‪ֶ ,‬אלָנ ָתן דעם‬
‫זון פֿון ַעכבוֹרן‪ ,‬און נאָך מענטשן מיט אים‪ ,‬קײן ִמצ ַר ִים‪ 23 .‬און זײ‬
‫האָבן אַרױסגעצױגן אַו ִרָיהון פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און האָבן אים געבראַכט‬
‫צום מלך יהוָֹיקים‪ ,‬און ער האָט אים דערשלאָגן מיטן שװערד‪ ,‬און‬
‫אַװעקגעװאָרפֿן ז ַײן טױט ל ַײב צװישן די קברים פֿון די קינדער פֿון‬
‫פֿאָלק‪ 24 .‬אָבער די האַנט פֿון אַחי ָקם דעם זון פֿון ָש ָפֿנען איז געװען‬
‫מיט ִירמָיהון‪ ,‬אַז מע זאָל אים ניט געבן אין דער האַנט פֿון פֿאָלק‬

                                                         ‫אים צו טײטן‪.‬‬

‫‪ 1‬אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון‬

‫יֹא ִשָיהון‪ ,‬דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרטכז‬

‫צו ִירמָיהן פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו מיר‪:‬‬
‫מאַך דיר בינדשטריק און יאָכשטאַנגען‪ ,‬און זאָלסט זײ אָנטאָן אױף‬
‫ד ַײן האַלדז‪ 3 .‬און זאָלסט זײ שיקן צו דעם מלך פֿון ֶאדוֹם‪ ,‬און צו‬
‫דעם מלך פֿון מואבֿ‪ ,‬און צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן‪ ,‬און צו‬
‫דעם מלך פֿון צוֹר‪ ,‬און צו דעם מלך פֿון צידוֹן‪ ,‬דורך דער האַנט פֿון די‬

                                                                ‫שלוחים‬
‫װאָר קומען קײן ירו ָש ַל ִים צו ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה‪ 4 .‬און‬
‫זאָלסט זײ באַפֿעלן פֿאַר זײערע האַרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט‬
‫געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪ ,‬דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬אַזױ זאָלט איר זאָגן‬
‫צו א ַײערע האַרן‪ 5 :‬איך האָב געמאַכט די ערד‪ ,‬די מענטשן און די‬
‫בהמות װאָס אױפֿן װעזיכט פֿון דער ערד‪ ,‬מיט מ ַײן גרױס שטאַרקײט‪,‬‬
‫און מיט מ ַײן אױסגעשטרעקטן אָרעם; און איך גיב עס צו דעם װאָס‬
‫איז װױלגעפֿעלן אין מ ַײנע אױגן‪ 6 .‬און אַצונד האָב איך געגעבן אַלע‬
‫די דאָזיקע לענדער אין דער האַנט פֿון נבו ַכדֶנ ַצר דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
‫מ ַײן קנעכט‪ ,‬און אױך די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן אים צו‬
‫דינען‪ 7 .‬און אַלע פֿעלקער װעלן דינען אים‪ ,‬און ז ַײן זון‪ ,‬און ז ַײן זונס‬
‫זון‪ ,‬ביז עס קומט די צ ַײט אױך פֿון ז ַײן לאַנד‪ ,‬און פֿיל פֿעלקער און‬
‫גרױסע מלכים װעלן אים פֿאַרקנעכטן‪ 8 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬דאָס‬
‫פֿאָלק און דאָס קיניגר ַײך װאָס װעט אים‪ ,‬נבו ַכדֶנ ַצר דעם מלך פֿון‬
‫בבֿל‪ ,‬ניט דינען‪ ,‬און װאָס װעט ניט אַר ַײנטאָן ז ַײן האַלדז אין דעם‬
   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87