Page 79 - Yirmiyohu
P. 79
ירמיה
31דער ליאַרעם גר ַײכט ביז עק ערד,
װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט די פֿעלקער,
ער משפּט זיך מיט אַלע ל ַײבער;
די רשעים ,זײ גיט ער איבער צום שװערד,
זאָגט גאָט.
32אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
זע ,אַן אומגליק גײט אַרױס
פֿון פֿלאָק צו פֿאָלק,
און אַ גרױסער שטורעם װעט זיך דערװעקן
אין די עקן פֿון דער ערד.
33און די דערשלאָגענע פֿון גאָט װעלן ז ַײן אין יענעם טאָג
פֿון עק ערד ביז עק ערד;
זײ װעלן ניט באַקלאָגט ,און ניט א ַײנגעזאַמלט
און ניט באַגראָבן װערן;
צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ ז ַײן.
34יאָמערט ,איר פּאַסטוכער ,און שר ַײט,
און ק ַײקלט א ַײך אין שטױב ,איר פֿירער פֿון די שאָף,
װאָרום א ַײערע טעג ז ַײנען פֿול צום שעכטן;
און איך װעל א ַײך צעברעכן,
און איר װעט פֿאַלן װי אַ כּלי אַ ט ַײערע.
35און קײן אַנטלױפֿונג װעט ניט ז ַײן פֿאַר די פּאַסטוכער,
און קײן אַנטרינונג פֿאַר די פֿירער פֿון די שאָף.
36אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון די פּאַסטוכער,
און אַ איללה פֿון די פֿירער פֿון די שאָף!
װאָרום גאָט פֿאַרװיסט זײער פֿיטערונג.
37און פֿאַרשניטן װעלן װערן די פֿרידלעכע פֿיטער פּלעצער,
פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון גאָט.
38ער האָט פֿאַרלאָזן װי אַ יונגל ַײב זײ צודעק;
זײער לאַנד איז געװאָפֿן צו װיסט
פֿון װעגן דעם גרים פֿון דער פֿאַרטיליקערין,
און פֿון װעגן דעם גרים פֿון ז ַײן צאָרן.