Page 81 - Yirmiyohu
P. 81

‫ירמיה‬

‫דאָזיקער שאָטט אַלע װערטער װאָס איר האָט געהערט‪ 13 .‬און‬
‫אַצונד בעסערט א ַײערע װעגן און א ַײערע מעשׂים‪ ,‬און הערט צו דעם‬
‫ָקול פֿון יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און יהוה װעט חרטה האָבן אױף דעם בײז‬
‫װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף א ַײך‪ 14 .‬און איך‪ ,‬אָט בין איך אין‬
‫א ַײערע הענט‪ ,‬טוט מיט מיר אַזױ װי עס איז װױל און װי עס איז‬
‫רעכטפֿאַרטיק אין א ַײערע אױגן‪ 15 .‬אָבער װיסן זאָלט איר װיסן ז ַײן‪,‬‬
‫אַז אױב איר טײט מיך‪ ,‬ברענגט איר אומשולדיק בלוט אױף א ַײך‪ ,‬און‬

                                                                    ‫אױף‬
‫דער דאָזיקער שטאָט‪ ,‬און אױף אירע באַװױנער‪ ,‬װאָרום גאָט האָט‬
‫מיך באמת געשיקט צו א ַײך‪ ,‬צו רעדן אין א ַײערע אױערן אַלע די‬

                                                      ‫דאָזיקע װערטער‪.‬‬

‫‪ 16‬האָבן די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק געזאָגט צו די כֹּהנים און צו‬
‫די נבֿיאים‪ :‬דעם דאָזיקן מאַן קומט ניט טױטשטראָף‪ ,‬װאָרום אין‬
‫נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט האָט ער גערעדט צו אונדז‪ 17 .‬און‬
‫מענער פֿון די עלטסטע פֿון לאַנד ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָבן‬
‫געזאָגט צו דער גאַנצער א ַײנזאַמלונג פֿון פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 18‬מי ָכה פֿון מוֹ ֶר ֶשת פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין די טעג פֿון ִכז ִקָיהו דעם‬
‫מלך פֿון יהודה‪ ,‬און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה אַזױ‬

                                                                ‫צו זאָגן‪:‬‬

                                  ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאומת‪:‬‬
                                ‫ִציוֹן װעט װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן‪,‬‬

                                      ‫און ירו ָש ַל ִים װעט הױפֿנס װערן‪,‬‬
                     ‫און דער באַרג פֿון גאָטס הױז צו װאַלדיקע הײכן‪.‬‬

‫‪ 19‬האָבן אים דען טײטן געטײט ִכז ִקָיהו דער מלך פֿון יהודה און‬
‫גאַנץ יהודה? פֿאַר װאָרק‪ ,‬ער האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט‪ ,‬און ער‬
‫האָט געבעטן ב ַײ גאָט‪ ,‬און גאָט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז‬
‫װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף זײ; און מיר טוען זיך אַלײן אַ גרױס‬

                                                                    ‫בײז‪.‬‬

‫‪ 20‬און נאָך אַ מאַן פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון גאָט‪ ,‬או ִרָיהו‬
‫דער זון פֿון ש ַמעָיהון‪ ,‬פֿון ִקרַית‪-‬י ָערים; און ער האָט נבֿיאות געזאָגט‬
‫אױף דער דאָזיקער שטאָט און אױף דעם דאָזיקן לאַנד‪ ,‬אַזױ װי אַלע‬
‫װערטער פֿון ִירמָיהױן‪ 21 .‬און דער מלך יהוָֹיקים‪ ,‬און אַלע ז ַײנע‬
   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86