Page 78 - Yirmiyohu
P. 78

‫ירמיה‬

‫‪ 23‬ד ָדן‪ ,‬און ֵתּימאָ‪ ,‬און בוז‪ ,‬און אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע‬
‫האָרעקן; ‪ 24‬און אַלע מלכים פֿון ַע ָרב‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון די‬
‫געמישטע פֿעלקער‪ ,‬װאָס װױנען אין מדבר; ‪ 25‬און אַלע מלכים פֿון‬
‫זמרי‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון ֵעי ָלם‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון ָמ ַדי; ‪ 26‬און‬
‫אַלע מלכים פֿון צפֿון‪ ,‬די נאָנטע און די װ ַײטע‪ ,‬אײנעם נאָכן אַנדערן‪,‬‬
‫און אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער װעלט װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד‪.‬‬
‫און דער מלך פֿון ֵש ַשך זאָל טרינקען נאָך זײ‪ 27 .‬און זאָלסט זאָגן צו‬

                                                                     ‫זײ‪:‬‬

                                   ‫אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬
                                                  ‫דער גאָט פֿון ישׂראל;‬

                                ‫טרינקט און װערט שיכּור‪ ,‬און ברעכט‪,‬‬
                                       ‫און פֿאַלט און שטײט ניט אױף‪,‬‬

                     ‫פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שיק צװישן א ַײך‪.‬‬

‫‪ 28‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז זײ װעלן ניט װעלן נעמען דעם ָכּוס פֿון ד ַײן‬
                              ‫האַנט‪ ,‬צו טרינקען‪ ,‬זאָלסטו זאָגן צו זײ‪:‬‬

                                   ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪:‬‬
                                          ‫טרינקען מוזט איר טרינקען!‬

                                      ‫‪ 29‬װאָרום זעט‪ ,‬מיט דער שטאָט‬
                             ‫װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף איר‪,‬‬

                                              ‫הײב איך אָן בײז צו טאָן‪,‬‬
                               ‫און איר זאָלט שױנען פֿאַרשוֹינט װערן?‬

                                        ‫איר װעט ניט פֿאַרשױנט װערן‪,‬‬
                                             ‫װאָרום איך רוף אַ שװערד‬

                                    ‫אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד‪,‬‬
                                                 ‫זאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪.‬‬

‫‪ 30‬און דו זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף זײ אַלע די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און‬
                                                            ‫זאָגן צו זײ‪:‬‬

                                              ‫גאָט ברילט פֿון דער הײך‪,‬‬
               ‫און פֿון ז ַײן הײליקער װױנונג לאָזט ער אַרױס ז ַײן ָקול‪:‬‬

                             ‫ברילן ברילט ער איבער ז ַײן פֿיטערפּלאַץ‪,‬‬
                                 ‫” ֵהי ָדד!“ װי װ ַײנטערעטער שר ַײט ער‬
                                    ‫אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד‪.‬‬
   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83