Page 73 - Yirmiyohu
P. 73

‫ירמיה‬

                           ‫‪ 25‬איך האָב געהערט װאָס די נבֿיאים זאָגן‪,‬‬
                            ‫די װאָס זאָגן נבֿיאות אין מ ַײן נאָמען ליגן‪,‬‬

                                                           ‫אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
                      ‫מיר האָט זיך געחלומט‪ ,‬מיר האָט זיך געחלומט!‬

                                                    ‫‪ 26‬ביז װאַנען נאָך?‬
            ‫איז דען אין האַרצן פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות ליגן‪,‬‬

                  ‫און די נבֿיאים פֿון דעם באַטרוג פֿון זײער האַרצן –‬
        ‫‪ 27‬טראַכטן זײ דען צו מאַכן מ ַײן פֿאָלק פֿאַרגעסן מ ַײן נאָמען‬
        ‫מיט זײערע חלוֹמות װאָס זײ דערדצײלן אײנער דעם אַנדערן‪,‬‬
       ‫אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן פֿאַרגעסן מ ַײן נאָמען דורך ב ַעל?‬

                              ‫‪ 28‬דער נבֿיא װאָס ב ַײ אים איז אַ חלום‪,‬‬
                                                ‫זאָל דערצײלן אַ חלום‪,‬‬

                                ‫און דער װאָס מ ַײן װאָרט איז ב ַײ אים‪,‬‬
                                   ‫זאָל רעדן מ ַײן װאָרט װאָרהאַפֿטיק‪.‬‬
                                           ‫װאָס האָט שטרױ צו קאָרן?‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

                          ‫‪ 29‬פֿאַר װאָר‪ ,‬מ ַײן װאָרט איז אַזױ װי פֿ ַײער‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪,‬‬

                               ‫און װי אַ האַמער װאָס צעהאַקט פֿעלז‪.‬‬

                    ‫‪ 30‬דרום זע‪ ,‬איך קום אױף די נבֿיאים‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                       ‫װאָס גנבען מ ַײנע װערטער אײנער פֿון אַנדערן‪.‬‬
                           ‫‪ 31‬זע‪ ,‬איך קום אױף די נבֿיאים‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                            ‫װאָס נעםען זײער צונג און זאָגט אַ געזאָג‪.‬‬
         ‫‪ 32‬זע‪ ,‬איך קום אױף די װאָס זאָגן נבֿיאות פֿאַלשע חלוֹמות‪,‬‬

                                                             ‫זאָגט גאָט‪,‬‬
                             ‫און דערצײלן זײ‪ ,‬און פֿאַרפֿירן מ ַײן פֿאָלק‬
                  ‫מיט זײערע ש ָקרים און מיט זײער לױזגעלאָזטקײט‪,‬‬
                   ‫װען איך האָב זײ ניט געשיקט און זײ ניט באַפֿױלן;‬
                  ‫און נוצן נוצן זײ ניט דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

‫‪ 33‬און אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק‪ ,‬אָדער דער נבֿיא‪ ,‬אָדער אַ כֹּהן‪ ,‬װעט‬
‫דיך װרעגן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס איז די משׂא עף פֿון גאָט? זאָלסטו‬
‫זאָגן צו זײ‪ :‬װאָס איז די משׂא? – אַז איך װעל א ַײך פֿאַרװאַרפֿן‪ ,‬זאָגט‬
   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78