Page 72 - Yirmiyohu
P. 72
ירמיה
16אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
איר זאָלט ניט הערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים
װאָס זאָגן א ַײך נבֿיאות;
זײ פֿאַרנאַרישן א ַײך;
די זעאונג פֿון זײער האַרצן רעדן זײ,
ניט אױסן מױל פֿון גאָט.
17זאָגן זאָגן זײ צו די װאָס פֿאַראַכטן מיך:
גאָט האָט גערעדט :איר עט האָבן שלום;
און איטלעכן װאָס גײט אין דער א ַײנגעשפּאַרטיקײט פֿון ז ַײן האַרצן,
זאָגן זײ :אױף א ַײך װעט ניט קומען קײן בײז.
18אָבער װער איז געשטאַנען אין דעם ָסוד פֿון גאָט,
אַז ער זאָל מערקען און הערן ז ַײן װאָרט?
װער האָט פֿאַרנומען ז ַײן װאָרט און זיך צוגעהערט?
19זע ,אַ שטורעם פֿון גאָט ,אַ גרימצאָרן איז אַרױס,
יאָ ,אַ דר ַײֵאיקער שטורעמװינט;
אױף די קעפּ פֿון די רשעים װעט ער פֿאַלן.
20ניט אָפּגײן װעט דער צאָרן פֿון גאָט,
ביז ער טוט ,און ביז ער איז מקיים,
די גראַכטונגען פֿון ז ַײן האַרצן;
אין ָסוף פֿון די טעג װעט איר דאָס גוט פֿאַרשטײן.
21איך האָב ניט געשיקט די נבֿיאים,
און זײ ז ַײנען געלאָפֿן,
איך האָב ניט גערעדט צו זײ,
און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט.
22און אױב זײ ז ַײנען געשטאַנען אין מ ַײן ָסוד,
זאָלן זײ לאָזן הערן מ ַײן פֿאָלק מ ַײנע װערטער,
און זאָלן זײ זײ אומקרעקן פֿון זײער שלעכטן װעג,
און פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים.
23בין איך דען אַ גאָט פֿון נאָנטן ,זאָגט יהוה,
און ניט אַ גאָט פֿון דער װ ַײטן?
24צי קען זיך פֿאַרבאָרגן אַ מענטש אין פֿאַרבאָרגענישן,
אַז איך זאָל אימ ניט זען? זאָגט גאָט.
בין איך ניט פֿול די הימלען און די ערד?
זאָגט גאָט.