Page 75 - Yirmiyohu
P. 75

‫ירמיה‬

                  ‫װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
                                               ‫אין לאַנד פֿון די ַכּשׂדים‪.‬‬

                      ‫‪ 6‬און איך װעל טאָן מ ַײן אױג אױף זײ צום גוטן‪,‬‬
                           ‫און װעל זײ אוקערן אין דעם דאָזיקן לאַנד;‬

                        ‫און איך װעל זײ אױפֿבױען‪ ,‬און ניט צעשטערן‪,‬‬
                      ‫און איך װעל זײ א ַײנפֿלאַנצן‪ ,‬און ניט אױסר ַײסן‪.‬‬

                          ‫און אי װעל זײ געבן אַ האַרץ מיך צו קענען‪,‬‬
                                                       ‫אַז איך בין יהוה‪,‬‬

                                      ‫און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק‪,‬‬
                                       ‫‪ 7‬און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪,‬‬
       ‫װאָרום זײ װעלן זיך אומקערן צו מיר מיט זײער גאַנצן האַרצן‪.‬‬
                                       ‫‪ 8‬און אַזױ װי די שלעכטע פֿ ַײגן‪,‬‬
                      ‫װאָס קענען ניט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטקײט‬
                                ‫– פֿאַר װאָר‪ ,‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט –‬
                     ‫אַזױ װעל איך מאַכן ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה‪,‬‬
                  ‫און ז ַײנע האַרן‪ ,‬און דעם איבערבל ַײב פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                    ‫װאָס ז ַײנען איבערגעבליבן אין דעם דאָזיקן לאַנד‪,‬‬
                                    ‫און די װאָס זיצן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬
                    ‫‪ 9‬און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער צום בײזן‬
                                      ‫ב ַײ אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד;‬
                                ‫פֿאַר אַ שאַנד און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט‪,‬‬
                                       ‫פֿאַר אַ שפּאָט און פֿאַר אַקללה‪,‬‬
                 ‫אין אַלע ערטער װאָס איך װעל זײ פֿאַרשטױסן אַהין‪.‬‬
                          ‫‪ 10‬און איך װעל אָנשיקן אױף זײ די שװערד‪,‬‬

                                            ‫דעם הונגער‪ ,‬און די פּעסט‪,‬‬
                           ‫ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד‬
                        ‫װאָס איך האָב געגעבן זײ און זײערע עלטערן‪.‬‬

‫‪ 1‬דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון אױף דעם גאַנצן‬

‫פֿאָלק פֿון יהודה אין פֿירטן יאָר פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿוןכה‬

‫יֹא ִשָיהון‪ ,‬דעם מלך פֿון יהודה – דאָס איז דאָס ערשטע יאָר פֿון‬
‫נבו ַכדראָאצקר דעם מלך פֿון בבֿל – ‪ 2‬װאָס ִירמָיהו הנבֿיא האָט‬
‫גערעדט צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה‪ ,‬און צו אַלע באַװױנער פֿון‬

                                                ‫ירו ָש ַל ִים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80