Page 80 - Yirmiyohu
P. 80

‫ירמיה‬

‫‪ 1‬אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון‬

‫יֹא ִשָיהון‪ ,‬דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרטכו‬

‫פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬שטעל זיך אין הױף‬
‫פֿון גאָטס הױז‪ ,‬און זאָלסט רעדן צו אַלע שטעט פֿון יהודה װאָס‬
‫קומען זיך בוקן אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬אַלע װערטער װאָס איך האָב דיר‬
‫באַפֿױלן צו רעדן צו זײ; זאָלסט ניט מינערן אַ װאָרט‪ 3 .‬אפֿשר װעלן‬
‫זײ הערן‪ ,‬און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײ שלעכטן װעג‪,‬‬
‫און איך װעל חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס איך טראַכט זײ צו‬
‫טאָן‪ ,‬פֿון װעגן זײערע שלעכטע מעשׂים‪ 4 .‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬
‫אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬אױב איר װעט ניט צוהערן צו מיר‪ ,‬צו גײן‬
‫אין מ ַײן תּוֹהר װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר א ַײך‪ 5 ,‬צוצוהערן צו די‬
‫װערטער פֿון מ ַײנע קנעכט די נבֿיאים‪ ,‬װאָס איך שיק צו א ַײך‪ ,‬און‬
‫שיק נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד‪ ,‬און איר האָט ניט צוגעהערט‪ 6 ,‬װעל‬
‫איך מאַכן דאָס דאָזיקע אױז אַזױ װי שילוֹ‪ ,‬און די דאָזיקע שאָט װעל‬

              ‫איך מאַכן פֿאַר אַ קללה ב ַײ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד‪.‬‬

‫‪ 7‬און די כֹּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט‬
‫ִירמָיהון רעדן די דאָזיקע װערטער אין הױז פֿון גאָט‪ 8 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬װי ִירמָיהו האָט געענדיקט רעדן אַלץ װאָס גאָט האָט אים‬
‫באַפֿױלן צו רעדן צום גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ האָבן די כֹּהנים און די‬
‫נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק אים אָנגעכאַפּט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫שטאַרבן מוזטו שטאַרבן! ‪ 9‬אַלמאַי האָסטו נבֿיאות געזאָגט אין‬
‫נאָמען פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ װי שילוֹ װעט װערן דאָס דאָזיקע‬
‫הױז‪ ,‬און די דאָזיקע שטאָט װעט ז ַײן װיסט אָן אַ באַװױנער? און‬
‫דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך א ַײנגעזאַמלט קעגן ִירמָיהון אין הױז פֿון‬

                                                                   ‫גאָט‪.‬‬

‫‪ 10‬און די האַרן פֿון יהודה האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און‬
‫זײ ז ַײנען אַרױפֿגעקומען פֿון דעם מלכס הױז אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬און‬
‫האָבן זיך געזעצט אין א ַײנגאַנג פֿון דעם נ ַײעם טױער פֿון גאָט‪.‬‬
‫‪ 11‬און די כֹּהנים און די נבֿיאים האָבן געאָגט צו די האַרן און צום‬
‫גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬טױטשטראָף קומט דעם דאָזיקן מאַן‪,‬‬
‫װ ַײל ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט‪ ,‬אַזױ װי‬
‫איר האָט געהערט מיט א ַײערע אױערן‪ 12 .‬האָט ִירמָיהו געזאָגט צו‬
‫אַלע האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גאָט האָט מיך‬
‫געשיקט נבֿיאות צו זאָגן אױף דעם דאָזיקן הױז און אױף דער‬
   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85