Page 83 - Yirmiyohu
P. 83

‫ירמיה‬

‫יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪ ,‬װעל איך מיט שװערד און מיט הונגער‬
‫און מיט פּעסט זיך אָפּרעכענען מיט יענעם פֿאָלק‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬ביז‬
‫איך טו זײ פֿאַרלענדן דורך ז ַײן האַנט‪ 9 .‬און איר זאָלט ניט צוהערן צו‬
‫א ַײערע נבֿיאים‪ ,‬און צו א ַײערע װאָרזאָגער‪ ,‬און צו א ַײערע חלוֹמות‪,‬‬
‫און צו א ַײערע צײכנזעער‪ ,‬און צו א ַײערע מכשפֿים‪ ,‬װאָס זאָגן א ַײך‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬איר װעט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל‪ 10 .‬װאָרום ליגן‬
‫זאָגן זײ א ַײך נבֿיאות‪ ,‬כּדי א ַײך צו דערװ ַײטערן פֿון א ַײוער ערד‪ ,‬און‬
‫כּדי איך זאָל א ַײך פֿאַרשטױסן‪ ,‬און איר זאָלט אונטערגײן‪ 11 .‬אָבער‬
‫דאָס פֿאָלק װאָס װעט אַר ַײנברענגען ז ַײן האַלדז אין דעם יאָך פֿון‬
‫דעם מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און װעט אים דינען‪ ,‬װעל איך אים לאָזן אױף ז ַײן‬

        ‫ערד‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬און ער עט זי באַאַרבעטן‪ ,‬און זיצן אױף איר‪.‬‬

‫‪ 12‬אױך צו ִצד ִקָיה דעם מלך פֿון יהודה האָב איך גערעדט אַזױ װי‬
‫אַלע די דאָזיקע װערטער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ברענגט אַר ַײן א ַײער האַלדז‬
‫אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און דינט אים און ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
‫און בל ַײבט לעבן‪ 13 .‬נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן‪ ,‬דו און ד ַײן‬
‫פֿאָלק‪ ,‬פֿון שװערד‪ ,‬פֿון הונװער‪ ,‬און פֿון פּעסט‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט‬
‫אָנגעזאָגט אױף דעם פֿאָלק װאָס װעט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל?‬
‫‪ 14‬און איר זאָלט ניט צוהערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים װאָס‬
‫זאָגן צו א ַײך‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איר זאָלט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל;‬
‫װאָרום ליגן זאָגן זײ א ַײך נבֿיאות‪ 15 .‬װאָרום איך האָב זײ ניט‬
‫געשיקט‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬און זײ זאָגן נבֿיאות אין מ ַײן נאָמען אױף ליגן‪,‬‬
‫כּדי איך זאָל א ַײך פֿאַרשטױסן‪ ,‬און אי איר זאָלט אונטערגײן‪ ,‬אי די‬

                                       ‫נבֿיאים װאָס זאָגן א ַײך נבֿיאות‪.‬‬

‫‪ 16‬און צו די כֹּהנים און צו דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק האָב איך‬
‫גערעדט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬איר‬
‫זאָלט ניט צוהערן צו די װערטער פֿון א ַײערע נבֿיאים װאָס זאָגן א ַײך‬
‫נבֿיאות‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אָט װעלן די כּלים פֿון גאָטס הױז אַצונד אין‬
‫גיכן אומגעקערט װערן פֿון בבֿל; װאָרום ליגן זאָגן זײ א ַײך נבֿיאות‪.‬‬
‫‪ 17‬איר זאָלט ניט צוהערן צו זײ; דינט דעם מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און בל ַײבט‬
‫לעבן; נאָך װאָס זאָל די דאָזיקע שטאָט װערן אַ װיסטעניש? ‪ 18‬און‬
‫אױב זײ ז ַײנען נבֿיאים‪ ,‬און אױב דאָס װאָרט פֿון גאָט איז ב ַײ זײ‪,‬‬
‫זאָלן זײ אַקאָרשט בעטן ב ַײ גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪ ,‬אַז די כּלים װאָס ז ַײנען‬
‫נאָך געבליבן אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה‪,‬‬
‫און אין ירו ָש ַל ִים‪ ,‬זאָלן ניט אָנקומען קײן בבֿל‪ 19 .‬װאָרום אַזױ האָט‬
   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88