Page 84 - Yirmiyohu
P. 84

‫ירמיה‬

‫געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאומת אױף די ז ַײלן‪ ,‬און אױף דעם אים‪ ,‬און אױף‬
‫די געשטעלן‪ ,‬און אױף דעם רעשט כּלים‪ ,‬װאָס ז ַײנען געבליבן אין‬
‫דער דאָזיקער שטאָט‪ 20 ,‬די װאָס נבו ַכדֶנ ַצר דער מלך פֿון בבֿל האָט‬
‫זײ ניט צוגענומען‪ ,‬װען ער האָט פֿאַרטריבן י ָכנָיה דעם זון פֿון‬
‫יהוָֹיקימען‪ ,‬דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬פֿון ירו ָש ַל ִים קײן בבֿל‪ ,‬מיט אַלע‬
‫אַדלל ַײט פֿון יהודה און ירו ָש ַל ִים; ‪ 21‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַזױ האָט געזאָגט‬
‫יהוה פֿון צ ָבאומת‪ ,‬דער גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬אױף די כּלים װאָס ז ַײנען‬
‫געבליבן אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬און‬
‫אין ירו ָש ַל ִים‪ 22 :‬קײן בבֿל װעלן זײ געבראַכט װערן‪ ,‬און דאָרטן װעלן‬
‫זײ ז ַײן‪ ,‬ביז דעם טאָג װאָס איך טו זיך דערמאָנען אָן זײ‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

     ‫און װעל זײ אױפֿברענגען און זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין יענעם יאָר‪ ,‬אין אָנהײב פֿון דער‬

‫מלוכה פֿון ִצד ִקָיה דעם מלך פֿון יהודה‪ ,‬אין פֿירטן יאָר‪ ,‬איןכח‬

‫פֿינפֿטן חוֹדש‪ ,‬האָט צו מיר געזאָגט חַננָיה דער זון פֿון ַעזור דעם‬
‫נבֿיא װאָס פֿון ִג ְבעוֹן‪ ,‬אין הױז פֿון גאָט פֿאַר די אױגן פֿון די כֹּהנים‬
‫און פֿון גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬אַזױ האָט גערעדט יהוה פֿון‬
‫צ ָבאומת‪ ,‬דער גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך האָב צעבראָכן‬
‫דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪ 3 .‬אין נאָך צװײ יאָר צ ַײט קער איך‬
‫אױם צו דעם דאָזיקן אָרט אַלע כּלים פֿון גאָטס הױז‪,‬װאָס נבו ַכדֶנ ַצר‬
‫דער מלך פֿון בבֿל האָט אַװעקגענומען פֿון דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬און זײ‬
‫געבראַכט קײן בבֿל; ‪ 4‬און י ָכנָיה דעם זון פֿון יהוָֹיקימען‪ ,‬דעם מלך‬
‫פֿון יהודה‪ ,‬און אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהודה‪ ,‬װאָס ז ַײנען געקומען‬
‫קײן בבֿל‪ ,‬קער איך אום צו דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬זאָגט גאָט; װאָרום איך‬

                       ‫װעל צעברעכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪.‬‬

‫‪ 5‬האָט ִירמָיה הנבֿיא געזאָגט צו חַננָיה דעם נבֿיא פֿאַר די אױגן‬
‫פֿון די כֹּהנים‪ ,‬און פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬װאָס ז ַײנען‬
‫געשטאַנען אין הױז פֿון גאָט – ‪ 6‬האָט ִירמָיה הנבֿיא געזאָגט‪ :‬אָמן!‬
‫זאָל גאָט טאָן אַזױ! זאָל גאָט מקיים ז ַײן ד ַײנע װערטער װאָס דו‬
‫האָסט נבֿיאות געזאָגט‪ ,‬אומצוקערן די כּלים פֿון גאָטס הױז‪ ,‬און אַלע‬
‫פֿאַרטריבענע‪ ,‬פֿון בבֿל צו דעם דאָזיקן אָרט‪ 7 .‬אָבער הער אַקאָרשט‬
‫דאָס דאָזיקע װאָרט‪ ,‬װאָס איך רעד אין ד ַײנע אױערן‪ ,‬און אין די‬
‫אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק‪ 8 :‬די נבֿיאים װאָס ז ַײנען געװען פֿאַר מיר‬
   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88   89