Page 89 - Yirmiyohu
        P. 89
     ירמיה
אױפֿן אָרט פֿון יהוָֹי ָדע דעם כֹּהן ,כּדי עס זאָלן ז ַײן אױפֿזעער אין הױז
פֿון גאָט איבער איטלעכן משוגענעם און נבֿיאות-זאָגער ,און דו
זאָלסט אים אַר ַײנטאָן אין דעם צװאַנגקלאָץ און אין דעם האַלזרינג.
 27און אַצונד ,אַלמאַי האָסטו ניט אָנגעשריען א ֿױף ִירמָיהון פֿון
ַעָנתוֹת ,װאָס מאַכט זיך פֿאַר אַ נבֿיא צו א ַײך?  28װאָרום ער האָט
דאָך געשיקט צו אונדז קײן בבֿל :אַזױ צו זאָגן :דאָס איז אױף לאַנג;
בױט ה ַײזער און באַװױנט ,און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער
                                                                 פֿרוכט.
 29און צ ַפֿנָיה דער כֹּהן האָט געל ַײענט דעם דאָזיקן בריװ אין די
אױערן פֿון ִירמָיהו הנבֿיא 30 .און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו
  ִירמָיהון ,אַזױ צו זאָגן 31 :שיק צו אַלע פֿאַרטריבענע ,אַזױ צו זאָגן:
                      אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף ש ַמעָיהן פֿון ֶנכ ָלם:
                               װ ַײל ש ַמעָיה האָט א ַײך נבֿיאוס געזאָגט,
                                       װען איך האָב אים ניט געשיקט,
                              און ער האָט א ַײך פֿאַרזיכערט אױף ליגן,
                                       32דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט:
                              זע ,איך רעכן זיך מיט ש ַמעָיהן פֿון ֶנכ ָלם,
                                                   און מיט ז ַײן זאָמען;
                                       פֿון אים װעט ניט בל ַײבן אַ מאַן
                                    צו זיצן צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק,
                                       און ער װעט ניט זען דאָס גוטס
                                   װאָס איך טו מ ַײן פֿאָלק ,זאָגט גאָט,
                          װ ַײל אָפּקערונג האָט ער גערעדט קעגן גאָט.
 1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן:
 2אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט װוּן ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:ל
שר ַײב דיר אױף אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט צוב דיר ,אױף
אַ בוך 3 .װאָרום זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט ,און איך װעל אומקערן
די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מ ַײן פֿאָלק ישׂראל און יהודה ,זאָגט גאָט ,און
װעל זײ װידערקערן צו דעם לאַנד ,װאָס איך האָב געגעבן זײערע
                                       עלטערן ,און זײ װעלן עס אַרבן.





