Page 93 - Yirmiyohu
        P. 93
     ירמיה
                               3איך װעל דיך נאָך אױפֿבױען,
             און װעסט אױפֿגעבױט װערן ,יונגפֿרױ ישׂראל;
                         4װעסט נאָך אָנטאָן ד ַײנע פּ ַײקלעך,
                           און אַרױסגײן אין לוסטיקן טאַנץ.
װעסט נאָך פֿלאַנצן װ ַײנגערטנער אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן;
                פֿלאַנצן װעלן פֿלאַנצער און פֿאַרניצן אַלײן.
                                   5װאָרום ז ַײן װעט אַ טאָג,
            װען די װעכטער רופֿן אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים:
                שטײט אױף ,און לאָמיר אַרױפֿגײן קײן ִציוֹן,
                                      צו יהוה אונדזער גאָט.
                            6װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
                                זינגט מיט פֿרײד װעגן יעקב,
                 און שאַלט װעגן דעם קאָפּ פֿון די פֿעלקער;
                              מאַכט הערן ,לױבט ,און זאָגט:
                                     העלף ,גאָט ,ד ַײן פֿאָלק,
                               דעם איבערבל ַײב פֿון ישׂראל.
                          7זע ,איך ברענג זײ פֿון צפֿון-לאַנד,
                   און װעל זײ א ַײנזאַמלען פֿון די עקן ערד;
                צװישן זײ דעם בלינדן און דעם הינקעדיקן,
              די טראָגעדיקע און די געװינערין אין אײנעם;
             אַ גרױס געזעמל װעלן זײ זיך אומקערן אַהער.
                                8מיט געװײן װעלן זײ קומען,
               און מיט ל ַײטזעליקײט װעל איך זײ ברענגען;
                         איך װעל זײ פֿירן ב ַײ ט ַײכן װאַסער,
                                        אױף אַ װעג אַ גל ַײכן
                װאָס זײ װעלן דרין ניט געשטרױכלט װערן;
                       װאָרום איך בין אַ פֿאָטער צו ישׂפֿאל,
                              און אפֿרים ,ער איז מ ַײן ב ָכור.
                 9הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט ,איר װעלקער,
   און דערצײלט אין די אינדזלען פֿון דער װ ַײט ,און זאָגט:
  דער װאָס האָט צעשפּרײט ישׂראל ,טוט אים א ַײנזאַמלען,
                    און היט אים װי אַ פּאַסטוך ז ַײן סטאַדע.





