Page 97 - Yirmiyohu
P. 97

‫ירמיה‬

                                      ‫און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק‪.‬‬
                                      ‫‪ 33‬און זײ װעלן מער ניט לערנען‬
                       ‫איטלעכער ז ַײן חבר‪ ,‬און איטלעכר ז ַײן ברודער‪,‬‬

                                              ‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬קענט גאָט!‬
                                      ‫װאָרום זײ אַלע װעלן מיך קענען‪,‬‬
                     ‫פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן‪ ,‬זאָגט גאָט;‬
                                 ‫װאָרום איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד‪,‬‬
                         ‫און זײער חטא װעל איך מער ניט דערמאָנען‪.‬‬

                                              ‫‪ 4‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪,‬‬
                            ‫דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט ב ַײ טאָג‪,‬‬

                                   ‫און אי געזעצן פֿון לבנה און שטערן‬
                                                ‫פֿאַר אַ ליכט ב ַײ נאַכט;‬

          ‫דער װאָס רודערט אױף דעם אים‪ ,‬אַז ז ַײנע װעלן ברומען –‬
                                     ‫יהוה פֿון צ ָבאומת איז ז ַײן נאָמען‪:‬‬

       ‫‪ 35‬אױב די דאָזיקע געזעצן װעלן אָפּגעטאָן װערן פֿון פֿאַר מיר‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪,‬‬

                           ‫װעט אױך דער זאָמען פֿון ישׂראל אױפֿהערן‬
                                   ‫צו ז ַײן אַ פֿאָלק פֿאַר מיר אַלע טעג‪.‬‬

                                            ‫‪ 36‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                ‫אױב די הימלען פֿון אױבן װעלן אױסגעמאָסטן װערן‪,‬‬
     ‫און די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד אונטן װעלן דערפֿאָרשט װערן‪,‬‬

                  ‫װעל איך אױך פֿאַראַכטן אַלדעם זאָמען פֿון ישׂראל‪,‬‬
                           ‫פֿאַר אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

‫‪ 37‬זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬און די שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן‬
‫צו גאָט‪ ,‬פֿון דעם טורעם פֿון ַכַננ ֵאל ביזן װינקלטױער‪ 38 .‬און די‬
‫מעסטשנױר װעט אַרױסגײן װ ַײטער‪ ,‬גל ַײך אַקעגן‪ ,‬ביזן בערגל ָג ֵרב‪,‬‬
‫און װעט זיך פֿאַרדרײען קײן גוֹ ָעה‪ 39 .‬און דער גאַנצער טאָל פֿון‬
‫פּגרים און אַש‪ ,‬און אַלע פֿעלדער ביז באַק ִקדרוֹן‪ ,‬ביזן װינקל פֿון‬
‫פֿערדטױער אין מזרח‪ ,‬װעלן ז ַײן הײליק צו גאָט; עס װעט מער ניט‬

            ‫אױסגעריסן װערן‪ ,‬און ניט צעשטערט װערן‪ ,‬אױף אײביק‪.‬‬
   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101   102