Page 102 - Yirmiyohu
P. 102
ירמיה
און מע װעט שר ַײבן ש ַטר-מכירהס,
און פֿאַרחתמען ,און שטעלן עדות,
אין לאַנד בנימין ,און אַרום ירו ָש ַל ִים,
און אין די שטעט פֿון יהודה,
און אין די שטעט פֿון דעם געבערג,
און אין די שטעט פֿון דער נידערונג,
אואן אין די שטעט פֿון ָדרום;
װאָרום איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט,
זאָגט גאָט.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהון אַ צװײט
מאָל ,װען ער איז נאָך געװען א ַײנגעשפֿאַרט אין הױף פֿון דערלג
װאַך ,אַזױ צו זאָגן:
2אַזױ האָט געזאָגט יהוה װאָס האָט עס געמאַכט,
יהוה װאָס האָט דאָס געפֿורעמט עס אָנצובר ַײטן,
דער װאָס ז ַײן נאָמען איז יהוה:
3רוף מיך ,און די װעל דיר ענטפֿערן,
און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן,
און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט ניט.
4װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אױף די
ה ַײזער פֿון דער דאָזיקער שטאָט ,און אױף די ה ַײזער פֿון די מלכים
פֿון יהודה ,װאָס ז ַײנען א ַײנגעװאָרפֿן געװאָרן פֿאַר די ערדװאַלן און
פֿאַר דער שטרײטמױער 5 ,װאָס זײ קומען מלחמה האַלטן דערױף
מיט די ַכּשׂדים ,און זײ אָנצופֿילן מיט די פּגרים פֿון די מענטשן װאָס
איך האָב געשלאָגן אין מ ַײן כּעס און אין מ ַײן גרימצאָרן ,און װאָס
איבער אַל זײער בײז האָב איך פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים פֿון דער
דאָזיקער שטאָט:
6זע ,איך ברענג אױף איר אַ גענעזונג און אַ הײלונג,
און װעל זי הײלן;
און איך װעל זײ אַנטפּלעקן אַ ֶשפֿע
פֿון שלום און זיכערקײט.