Page 103 - Yirmiyohu
P. 103
ירמיה
7און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה,
און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ישׂראל,
און װעל זײ אױפֿבױען אַזױ װי פֿריער.
8און איך װעל זײ רײניקן פֿון אַל זײער חטא
װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר,
און װעל פֿאַרגעבן אַלע זײערע חטאים
װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר,
און װאָס זײ האָבן פֿאַרבראָכן אַקעגן מיר.
9און עס װעט מיר ז ַײן פֿאַר אַ נאָמען פֿון פֿרײד,
פֿאַר אַ לױב ,און פֿאַר אַ שײנקײט,
ב ַײ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד,
װאָס װעלן הערן אַל דאָס גוטס װאָס איך טו מיט זײ,
און װעלן אַנגסטן און ציטערן פֿון װעגן אַלדעם גוטס
און פֿון װעגן אַלדעם גליק װאָס איך באַשער איר.
10אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
עס װעט נאָך געהערט װערן אין דעם דאָזיקן אָרט,
װאָס איר זאָגט ,ער איז װיסט ,אָן אַ מענטשן און אָן אַ בהמה,
אין די שטעט פֿון יהודה ,און אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים,
װאָס ז ַײנען פֿאַרװיסט ,אָן אַ מענטשן,
און אָן אַ באַװױנער ,און אָן אַ בהמה,
11דער ָקול פֿון לוסטיקײט און דער ָקול פֿון פֿרײד,
דער ָקול פֿון אַ כתן און דער ָקול פֿון אַ כּלה,
דער ָקול פֿון די װאָס זאָגן” :לױבט גאָט פֿון צ ָבאוֹת,
װאָרום גאָט איז גוט ,װאָרום אײביק איז ז ַײן חסד!“,
פֿון די װאָס ברענגען דאַנקאָפּפֿער אין הױז פֿון גאָט;
װאָרום איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דעם לאַנד
אַזױ װי פֿריער ,זאָגט גאָט.
12אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
עס װעט נאָך ז ַײן אין דעם דאָזיקן אָרט
װאָס איז װיסט ,אָן אַ מענטשן אָדער אַ בהמה,
און אין אַלע ז ַײנע שטעט,
אַ פֿיטערפּלאַץ פֿאַר פּאַסטוכער װאָס מאַכן הױערן שאָף.
13אין די שטעט פֿון דעם געבערג,
אין די שטעט פֿון דער נידערונג,