Page 107 - Yirmiyohu
P. 107
ירמיה
איטלעכער ז ַײן י ִידישן ברודער ,װאָס האָט זיך פֿאַרקױפֿט צו דיר ,און
האָט דיר געדינט זעקס יאָר; זאָלסט אים אַרױסלאָזן פֿר ַײ פֿון דיר.
אָבער א ַײערע עלטערן האָבן ניט צוגעהערט צו מיר ,און ניט
צוגענ ַײגט זײער אױער 15 .און איר האָט ה ַײנט תּשובה געטאָן ,און
האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מ ַײנע אױגן ,אױסצורופֿן אַ
פֿר ַײלאָזונג איטלעכער צו ז ַײן חבר ,און איר האָט געשלאָסן אַ בונד
פֿאַר מיר אין דעם הױז װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים.
16אָבער איר האָט חרטה געקריגן ,און איר האָט פֿאַרשװעכט מ ַײן
נאָמען ,און האָט צוריקגענומען איטלעכער ז ַײן קנעכט ,און
איטלעכער ז ַײן דינסט ,װאָס איר האָט אַרױסגבעלאָזט פֿר ַײ פֿאַר זיך;
און איר האָט זײ באַצװוּנגען צו ז ַײן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו
א ַײך 17 .דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט :איר האָט ניט צו געהערט צו
מיר ,אױסצורופֿן אַ פֿר ַײלאָזונג איטלעכער צו ז ַײן ברודער ,און
איטלעכער צו ז ַײן חבר ,אָט ריף איך א ַײך אױס אַ פֿר ַײלאָזונג זאָגט
גאָט ,צאַר דער שװערד ,פֿאַר דער פּעסט ,און פֿאַר דעם הונגער ,און
איך װעל א ַײך מאַכן פֿאַר אַ שױדער ב ַײ אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד.
18און איך װעל געבן די מענטשן װאָס האָבן איבערגעטרעטן מ ַײן
בונד .װאָס האָבן ניט מקיים געװען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס
זײ האָבן געשלאָסן פֿאַר מיר ,ב ַײ דעם קאַלב װאָס זײ האָבן
צעשניטן אין צװ ַײען ,און ז ַײנען דורכגעגאַנגען צװישן ז ַײנע שטיקער
– 19די האַרן פֿון יהודה ,און די האַרן פֿון ירו ָש ַל ִים ,די הױפֿדינער,
און די כֹּהנים ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד ,װאָס ז ַײנען
דורכגעגאַנגען צװישן די שטיקער פֿון דעם קאַלב – 20איך װעל זײ
געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט ,און אין דער האַנט פֿון די
װאָס זוכן זײער לעבן ,און זײערע טױטע ל ַײבער װעלן ז ַײן צו שפּ ַײז
פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל ,און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד 21 .און
ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה און ז ַײנע האַרן װעל איך געבן אין דער
האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט ,און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער
לעבן ,און אין דער האַנט פֿון דעם איל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װאָס
האָט אָפּגעצױגן פֿון א ַײך 22 .זע ,איך באַפֿעל ,זאָגט גאָט ,און װעל זײ
אומקערן צו דער דאָזיקער שטאָט ,און זײ װעלן מלחמה האַלטן אױף
איר ,און װעלן זי באַצװינגען ,און װעלן זי פֿאַרברענען אין װײער ,און
די שטעט פֿון יהודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש אָן אַ באַװױנער.