Page 104 - Yirmiyohu
P. 104
ירמיה
און אין די שטערט פֿון ָדרום ,און אין לאַנד בנימין,
און אַרום ירו ָש ַל ִים ,און אין די שטערט פֿון יהודה,
װעלן װידער דורכגײן שאָף דורך דעם צײלערס הענט,
זאָגט גאָט.
14זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און איך װעל מקיים ז ַײן דעם גוטן צוזאָג
װאָס איך האָב צוגעזאָגט אױף דעם הױז פֿון ישׂראל,
און אױף דעם הױז פֿון יהוד ַײה.
15אין יענע טעג ,און אין יענע צ ַײט,
װעל איך מאַכן שפּראָצן פֿון דודן אַ שפּראָץ פֿון גערעכטיקײט,
און ער װעט טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד.
16אין יענע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהודה,
און ירו ָש ַל ִים װעט רוען אין זיכערקײט;
און דאָס איז װאָס מע װעט זי רופֿן:
”גאָט איז אונדזער גערעכטיקײט!“
17װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט :עס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון
דודן אַ מאַן צו זיצן אױף טראָן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; 18און אױך
פֿון די כֹּהנים פֿון שבט ֵל ִוי װעט ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון פֿאַר
מיר ,אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער ,און צו דעמפֿן שפּ ַײזאָפּפֿער ,און
צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער ,אַלע טעג.
19און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהון ,אַזױ צו זאָגן׃
20אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
אױב איר קענט פֿאַרשטערן מ ַײן בונד מיטן טאָג,
און מ ַײן בונד מיט דער נאַכט,
אַז טאָג און נאַכט זאָלן ניט ז ַײן אין זײער צ ַײט,
21װעט אױך מ ַײן בונד פֿאַרשטערט װערן מיר דוד מ ַײן קנעכט,
אַז פֿון אים זאָל ניט ז ַײן אַ זון כו קיניגן אױף ז ַײן טראָן,
און מיט די כֹּהנים פֿון שבט ֵל ִוי מ ַײנע דינער.
22אַזױ װי דער חיל פֿון הימנל קען ניט געצײלט װערן,
און דער זאַמד פֿון ים קען ניט געמאָסטן װערן,
אַזױ װעל איך מערן דעם זאָמען פֿון מ ַײן קנעכט דוד,
און די לו ִיים װאָס דינען מיר.