Page 99 - Yirmiyohu
P. 99
ירמיה
געגעבן דעם ש ַטר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון ֵנרָיה דעם זון פֿון
ַמח ֵסָיהן ,פֿאַר די אױגן פֿון חַנמ ֵאל דעם זון פֿון מ ַײן פֿעטער ,און פֿאַר
די אױגן פֿון די עדות װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף ש ַטר-
מכירה ,פֿאַר די אױגן פֿון אַלע יִידן װאָס ז ַײנען געזעסן אין הױף פֿון
דער װאַך 13 .און איך האָב באַפֿױלן ברוכן פֿאַר זײערע אױגן ,אַזױ צו
זאָגן 14 :אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאומת ,דער גאָט פֿון ישׂראל:
נעם די דאָזיקע געשריפֿטסן ,דעם דאָזיקן ש ַטר-מכירה ,אי דאָס
פֿאַרחתמעטע ,אי דאָס דאָזיקע אָפֿענע געשריפֿטס ,און זאָלסט
זײ אַר ַײנטאָן אין אַ לײמענער כּלי ,כּדי זײ זאָלן האַלטן פֿיל טעג.
15װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל:
עס װעלן נאָך געקױפֿט װערן ה ַײזער און פֿעלדער און װ ַײנגערטנער
אין דעם דאָזיקן לאַנד.
16און איך האָב מתפּלל געװען צו גאָט נאָכדעם װי איך האָב
איבערגעגעבן דעם ש ַטר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון ֵנרָיהן ,אַזױ צו
זאָגן 17 :װײ ,גאָט דו האַר! זע ,דו האָסט געמאַכט די הימלען און די
ערד מיט ד ַײן גרױס שטאַרקײט ,און מיט ד ַײן אױסגעשטרעקטן
אָרעם; פֿון דיר איז ניט פֿאַרמיטן קײן זאַך 18 .טוסט חסד מיטן
טױזנטסטן גליד ,און באַצאָלסט די זינד פֿון די עלטערן אין דעם
בוזעם פֿון זײערע קינדער נאָך זײ; דו גרױסער ,מאַכטיקער גאָט,
װאָס יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען 19 ,גרױס אין באַראָט ,און
שטאַרק אין טואונג ,װאָס ד ַײנע אױגן ז ַײנע אָפֿן אױף אַלע װעגן פֿון
די מענטשנקינדער ,צו געבן איטלעכן לױט ז ַײנע װעגן און לױט דער
פֿרוכט פֿון ז ַײנע מעשׂים; 20דו װאָס האָסט געטאָן צײכנס און
װוּנדער אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,און ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג ,אי צװישן
ישׂראל ,אי צװישן אַנדערע מענטשן ,און האָסט זיך געמאַכט אַ
נאָמען ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג; 21און האָסט אַרױסגעצױגן ד ַײן
פֿאָלק ישׂראל פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים מיט צײכנס און מיט װוּנדער ,און
מיט אַ שטאַרקער האַנט ,און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם ,און
מיט גרױס פֿאָרכטיקײט; 22און האָסט זײ געגעבן דאָס דאָזיקע
לאַנד ,װאָס דו האָסט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן ,אַ לאַנד
װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; 23און זײ ז ַײנען געקומען ,און
האָבן עס געאַרבט; אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו ד ַײן ָקול ,און
אין ד ַײן תּוֹרה ז ַײנען זײ ניט געגאַנגען; אַלץ װאָס דו האָסט זײ
באַפֿױלן צו טאָן האָבן זײ ניט געטאָן ,און דו האָסט געמאַכט געשען
צו זײ אַלדאָס דאָזיקע בײז 24 .זע ,די ערדװאַלן ז ַײנען געקומען װיז