Page 100 - Yirmiyohu
P. 100
ירמיה
דער שטאָט ,זי צו באַצװינגען ,און די שטאָט װערט איבערגעגעבן
אין דער האַנט פֿון די ַכּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף איר ,פֿױן
װעגן דער שװערד און דעם הונגער און דער פּעסט; און װאָס דו
האָסט גערעדטר איז געשען ,און אָט זעסטו עס 25 .פֿון דעסטװעגן
האָסטו ,גאָט דו האַר ,געזאָגט צו מיר :קױף דיר דאָס פֿעלד װאַר
געלט ,און שטעל עדות; װען די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער
האַנט פֿון די ַכּשׂדים.
26איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װעװען צו ִירמ ָיהון ,אַזױ צו זאָגן:
27זע ,איך בין יהוה דער גאָט פֿון אַלע ל ַײבער; איז דען פֿאַרמיטן פֿון
מיר אַ שום זאַך? 28דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט :זע ,איך גיב די
דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון די ַכּשׂדים ,און אין דער האַנט פֿון
נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל ,און ער װעט זי באַצװינגען 29 .און די
ַכּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף דער דאָזיקער שטאָט ,װעלן קומען
און װעלן אָנצינדן די דאָזיקע שטאָט אין פֿ ַײער ,און װעלן זי
פֿאַרברענען מיט די ה ַײזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע
דעכער צו ב ַע ,און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער ,כּדי מיך
צו דערצערענען 30 .װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון
יהודה פֿלעגן פֿון זײער יוגנט אָן רק טאָן װאָס איז שלעכט אין מ ַײנע
אױגן; װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל טוען מיך רק דערצערענען מיט
דעם װערק פֿון זײערע הענט ,זאָגט גאָט 31 .װאָרום צו מ ַײן
פֿאַרדראָס און צו מ ַײן גרימצאָרן איז מיר געװען די דאָזיקע שטאָט
פֿון דעם טאָג װאָס מען האָט זי געבױט .און ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג,
אַזױ אַז איך מוז זי אָפּטאָן פֿון מ ַײן פּנים 32 ,איבער אַלדעם בײז פֿון
די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה ,װאָס זײ האָבן
געטאָן מיך צו דערצערענען ,זײ ,זײערע מלכים ,זײערע האַרן פֿון
ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה ,װאָס זײ האָבן געטאָן מיך צו
דערצערענען ,זײ ,זײערע מלכים ,זײערע האַרן ,זײערע כֹּהנים ,און
זײערע נבֿיאים ,און די מענער פֿון יהודה און די באַװױנער פֿון
ירו ָש ַל ִים 33 .און זײ האָבן געקערט צו מיר דעם רוקן און ניט דעם
פּנים ,און איך האָב זײ געלערנט ,נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געלערנט,
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו נעמען אַ מוסר 34 .און זײ האָבן
אַר ַײנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מ ַײן נאָמען
װערט גערופֿן אױף אים ,עס צו פֿאַראומרײניקן 35 .און זײ האָבן
געבױט די במות פֿון ב ַעל װאָס אין טאָל פֿון בןִ -הנוֹם ,אױף מקריב צו
ז ַײן זײערע זין און זײערע טעכטער צום אוֹ ֶלך ,װאָס ניט איך האָב זײ