Page 95 - Yirmiyohu
        P. 95
     ירמיה
                                 18װאָרום נאָך מ ַײן אָפּקערונג
                                      האָב איך חרטה געהאַט,
                                   און נאָך מ ַײן געװאָרן װערן,
                             האָב איך זיך געשלאָגן אױפֿן דיך;
                               איך שעם זיך און בין אין ִביוש,
                      װ ַײל איך טראָג די שאַנד פֿון מ ַײן יוגנט.
                               19איז מיר אַ ט ַײער זון אפֿרים,
                                   צי אַ קינד אַ געצערטלטס?
                            װאָרום װי נאָר איך רעד פֿון אים;
                          בענקען בענק איך װידער נאָך אים:
                      דרום ברומען מ ַײנע אינגעװײד צו אים;
        דערבאַרימען װעל איך אים דערבאַרימען ,זאָגט גאָט.
                                          20שטעל דיר צײכנס,
                                       מאַך דיר װעגשטאַנגען,
                                    גיב אַכט אױף דעם שטעג,
                           דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען;
                                קער זיך אום ,יונגפֿרױ ישׂראל,
                    קער זיך אום צו די דאָזיקע שטעט ד ַײנע.
                           21ביז װאַנען װעסטו זיך אָפּדרײען,
                                   טאָכטער װידערשפּעניקע?
        פֿאַר װאָר ,גאָט האָט באַשאַפֿן אַ נ ַײס אױף דער ערד:
                  די װ ַײבספּאַרשױן זאָל זיך ַשדכען צום מאַן.
 22אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל:
                       מע װעט נאָך זאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט
                   אין לאַנד פֿון יהודה ,און אין ז ַײנע שטעט,
                   װען איך קער אום זײער געװאַנגענשאַפֿט:
             גאָט זאָל דיך גענטשן ,װױנונג פֿון גערעכטיקײט,
                                              הײליקער באַרג!
                           23און יהודה און אַלע ז ַײנע שטעט
                                װעלן דרינען זיצן אין אײנעם:
                אַקערל ַײט ,און די װאָס ציען מיט סטאַדיעס.
                        24װאָרום איך דערקװיק די מידע זעל,
              און איטלעך זעל װאָס שמאַכט ,טו איך אָנפֿילן.





