Page 94 - Yirmiyohu
P. 94

‫ירמיה‬

                           ‫‪ 10‬װאָרום גאָט האָט אױסגעקױפֿט יעקב‪,‬‬
‫און אים אױסגעל ַײזט פֿון דער האַנט פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים‪.‬‬

             ‫און זײ װעלן קומען און זינגען אױף דער הײך פֿון ִציוֹן‪,‬‬
                         ‫‪ 11‬און זײ װעלן שטראָמען צו גאָטס גוטס‪,‬‬
                                ‫צו תּבואה‪ ,‬און צו װ ַײן‪ ,‬און צו אײל‪,‬‬
                                      ‫און צו יונגע שאָף און רינדער;‬

                ‫און זײער זעל װעט ז ַײן װי אַ באַװעסערטער גאָרטן‪,‬‬
                             ‫און זײ װעלן מער װידער ניט שמאַכטן‪.‬‬

                ‫‪ 12‬דענצמאָל װעט די יונגפֿרױ זיך פֿרײען אין טאַנץ‪,‬‬
                                 ‫און בכורים און זקנים אין אײנעם;‬

                    ‫און איך װעל פֿאַרקערן זײער טרױער אין פֿרײד‪,‬‬
          ‫און װעל זײ טרײסטן און זײ דערפֿרײען אין זײער קומער‪.‬‬
         ‫‪ 13‬און איך װעל זעטן די זעל פֿון די כֹּהנים מיט פֿעטקײט‪,‬‬

                       ‫און מ ַײן פֿאָלק װעט ז ַײן זאַט מיט מ ַײן גוטס‪,‬‬
                                                           ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

                                          ‫‪ 14‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                     ‫אַ ָקול װערט אין ָר ָמה געהערט‪,‬‬

                                         ‫אַ יאָמער‪ ,‬אַ ביטער געװײן;‬
                                      ‫רחל װײנט אױף אירע קינדער‪,‬‬
                          ‫זי װיל זיך ניט טרײסטן נאָך אירע קינדער‪,‬‬

                                           ‫װאָס זײ ז ַײנען מער ניטאָ‪.‬‬

                                          ‫‪ 15‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                        ‫פֿאַרמ ַײד ד ַײן ָקול פֿון געװײן‪,‬‬
                                         ‫און ד ַײנע אױגן פֿון רטרערן‪,‬‬
                     ‫װאָרום פֿאַראַן אַ לױן פֿאַר ד ַײן מי‪ ,‬זאָגט גאָט;‬
                ‫און זײ װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד פֿון דעם פֿ ַײנט‪.‬‬
               ‫‪ 16‬און פֿאַראַן אַ האָפֿונג פֿאַר ד ַײן לעצט‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
               ‫און די קינדער װעלן זיך אומקערן צו זײער געמאַרק‪.‬‬
                      ‫‪ 17‬הערן האָב איך געהערט אפֿרים זיך קלאָגן‪:‬‬
      ‫האָסט מיך געשטראָפֿט‪ ,‬און איך בין געשטראָפֿט‪ ,‬און איך בין‬

                                                ‫געשטראָפֿט געװאָרן‪,‬‬
                                           ‫װי אַ קאַלב ניט געלערנט;‬
                     ‫לאָז מיך אומקערן‪ ,‬און איך װעל זיך אומקערן‪,‬‬
                                    ‫װאָרום דו ביסט יהוה מ ַײן גאָט‪.‬‬
   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98   99