Page 90 - Yirmiyohu
P. 90
ירמיה
4און דאָס ז ַײנען די װערטער װאָס גאָט האָט גערעדט אױף ישׂראל
און אױף יהודה:
5פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
אַ ָקול פֿון ציטערניש האָבן מיר געהערט;
אַנטסט און ניט פֿירד
6פֿרעגט אַקאָרשט און זעט
אױב אַ מאַנספּאַר ִשין קען געװינען;
פֿאַר װאָס זע איך יעטװעדער מאַן
מיט ז ַײנע הענט אױף ז ַײנע לענדן,
אַזױ װי אַ געװינערין,
און איטלעך פּנים איז פֿאַרקערט אין גרינקײט?
7װײ ,װאָרום גרױס איז יענער טאָג,
אָן אַ גל ַײכן צו אים;
און אַ צ ַײט פֿון נױט איז דאָס פֿאַר יעקב,
אָבער פֿון איר װעט ער געהאָלפֿן װערן.
8און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג,
זאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת,
װעל איך צעברעכן ז ַײן יאָך פֿון ד ַײן האַלדז,
און ד ַײנע בינדשטריק װעל איך צער ַײסן;
און מער װעלן ניט אַרבעטן מיט אים פֿרעמדע.
9נ ַײערט זײ װעלן דינען יהוה זײער גאָט,
און דוד זײער מלך,
װאָס איך װעל זײ אױפֿשטעלן.
10און דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן,
מ ַײן קנעכט ,יעקב ,זאָגט גאָט,
און ניט אַנגסטן ,ישׂראל,
װאָרום זע ,איך העלף דיך פֿון דער װ ַײט,
און ד ַײן זאָמען פֿון לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט;
און יעקב װעט װידער ז ַײן רואיק און זיכער,
און ק ַײנער װעט ניט שרעקן.
11װאָרום איך בין מיט דיר ,זאָגט גאָט ,דיך צו העלפֿן;
װאָרום איך װעל מאַכן אַ פֿאַרלענדונג
פֿון אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב דיך אַהין צעשפּרײט,
אָבער פֿון דיר װעל איך קײן פֿאַרלענדונג ניט מאַכן,