Page 92 - Yirmiyohu
        P. 92
     ירמיה
                    און זײ װעלן ניט געמינערט װערן,
                       און איך װעל זײ פֿאַרברעסערן,
                   און זײ װעלן ניט געװינציקט װערן.
              20און ז ַײנע קינדער װעלן ז ַײן װי פֿריער,
            און ז ַײן עדה װעט שטײן פֿעסט פֿאַר מיר;
   און איך װעל זיך רעכענען מיט אַלע ז ַײנע דריקער.
            21און ז ַײן פֿירשט װעט ז ַײן פֿון אים אַלײן,
      און ז ַײן געװעלטיקער װעט פֿון ז ַײן מיט אַרױס;
                    22און איך װעל אים דערנענטערן,
                           און ער װעט גענען צו מיר;
װאָרום װער איז דער װאָס קען א ַײנשטעלן ז ַײן האַרץ
                      צו גענענען צו מיר? זאָגט יהוה.
                    און איר װעט מיר ז ַײן צום פֿאָלק,
                      און איך װעל א ַײך ז ַײן צום גאָט.
                            23זע ,אַ שטורעם פֿון גאָט,
                               אַ גרימצאָרן איז אַרױס,
                           אַ ר ַײסיקער שטורעמװינט;
        אױף דעם קאָפּ פֿון די רשעים װעט ער פֿאַלן.
               24ניט אָפּגײן װעט דער צאָרן פֿון גאָט,
                  ביז ער טוט ,און ביז ער איז מקיים,
                       די טראַכטונגען פֿון ז ַײן האַרצן;
       אין ָסוף פֿון די טעג װעט איר דאָס פֿאַרשטײן.
                        25אין יענער צ ַײט ,זאָגט יהוה,
 װעל איך ז ַײן צום גאָט ב ַײ אַלע משפּחות פֿו ישׂראל,
                     און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק.
        1אַזױ האָט גאָט געזאָגט:לא
       געפֿונען האָט ל ַײטזעליקײט אין מדבר
                     דאָס פֿאָלק פֿון שװערד געבליבן;
                              גײ אים באַרוען ,ישׂראל.
             2פֿון װ ַײטן האָט גאָט זיך באַװיזן צו מיר:
            יאָ ,אײביקע ליבשאַפֿט האָב איך דיך ליב,
                      דרום צי איך דיך צו מיט גענאָד.





