Page 85 - Yirmiyohu
P. 85

‫ירמיה‬

‫און פֿאַר דיר פֿון אײביק אָן‪ ,‬האָבן נבֿיאות געזאָגט איבער פֿיל‬
‫לענדער‪ ,‬און איבער גרױסע מלוכות‪ ,‬אױף מלחמה‪ ,‬און אױף‬
‫אומגליק‪ ,‬און אױף פּעסט‪ 9 .‬דער נבֿיא װאָס זאָגט נבֿיאות אױף‬
‫שלום‪ ,‬איז‪ ,‬ערשט אַז דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא קומט אָן‪ ,‬װערט‬

       ‫דער נבֿיא דערקענט‪ ,‬אַז גאָט האָט אים מיט אַן אמת געשיקט‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט חַננָיה דער נבֿיא אַראָפּגענומען דעם יאָכשטאַנג פֿון ִירמָיה‬
‫הנבֿיאס האַלדז‪ ,‬און האָט אים צעבראָכן‪ 11 .‬און חַננָיה האָט געזאָגט‬
‫פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
‫אַזױ װעל איך צעברעכן דעם יאָך פֿון נבו ַכדֶנ ַצר דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
‫אין נאָך צװײ יאָר צ ַײט‪ ,‬פֿון דעם האַלדז פֿון אַלע פֿעלקער‪ – .‬און‬

                             ‫ִירמָיה הנבֿיא איז געגאַנגען אױף ז ַײן װעג‪.‬‬

‫‪ 12‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהן‪ ,‬נאָכדעם װי חַננָיה‬
‫דער נבֿיא האָט צעבראָכן דעם יאָכשטאַנג פֿון ִירמָיה הנבֿיאס האַלדז‪,‬‬

       ‫אַזױ צו זאָגן‪ 13 :‬גײ‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו חַננָיהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                                                ‫אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                ‫הילצערנע שטאַנגען האָסטו צעבראָכן‪,‬‬
                    ‫און װעסט מאַכן אָנשטאָט זײ א ַײזערנע שטאַנגען‪.‬‬
                       ‫‪ 14‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬

                                                  ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬
                                   ‫אַן א ַײזערנעם יאָך האָב איך געגעבן‬
                            ‫אױפֿן האַלדז פֿון אַלע די דאָזיקע פֿעלקער‪,‬‬
                                ‫צו דינען נבו ַכדֶנ ַצר דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬

                                               ‫און זײ װעלן אים דינען;‬
                   ‫און אַפֿילו די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן‪.‬‬

‫‪ 15‬און ִירמָיה הנבֿיא האָט געזאָגט צו חַננָיה דעם נבֿיא‪ :‬הער‬
‫אַקאָרשט‪ ,‬חַננָיה‪ ,‬גאָט האָט דיך ניט געשיקט‪ ,‬און דו האָסט‬
‫פֿאַרזיכערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק אױף ליגן‪ 16 .‬דרום האָט גאָט אַזױ‬
‫געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך שיק דיך אַװעק פֿון געזיכט פֿון דער ערד; ה ַײיאָר‬
‫װעסטו שטאַרבן‪ ,‬װ ַײל אָפּקערונג האָסטו גערעדט קעגן גאָט‪– .‬‬
‫‪ 17‬און חַננָיה דער נבֿיא איז געשטאָרבן אין יענעם יאָר אין זיבעטן‬

                                                                  ‫חוֹדש‪.‬‬
   80   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90