Page 98 - Yirmiyohu
P. 98
ירמיה
1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט ,אין
צענטן יאָר פֿון ִצד ִקָיהו דעם מלך פֿון יהודה ,דאָס איז דאָסלב
אַכצנטע יאָר פֿון נבו ַכד ֶרא ַצר 2 .און דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל
האָט דענצמאָל געלעגערט אױף ירו ָש ַל ִים ,און ִירמָיהו הנבֿיא איז
געװען א ַײנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך ,װאָס אין הױז פֿון דעם
מלך פֿון יהודה .אױף ירו ָש ַל ִים ,און ִירמָיהו הנבֿיא איז געװען
א ַײנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך ,װאָס אין הױז פֿון דעם מלך
פֿון יהודה 3 .װאָרום ִצד ָקָיהו דער מלך פֿון יהודה האָט אים
א ַײנגעשפּאַרט ,אַזױ צו זאָגן :אַלמאַי זאָגסטו נבֿיאות ,אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט גאָט געזאָגט :זע ,איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער
האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,און ער װעט זי באַצװינגען; 4און
ָצד ִקָיהו דער מלך פֿון יהודה װעט ניט אַנטרונען װערן פֿון דער האַנט
פֿון די ַכּשׂדים ,נ ַײערט איבערגעגעבן װעט ער איבערגעגעבן װערן אין
דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל ,און ער װעט רעדן צו אים מױל צו
מױל ,און אױג אין אױג װעט ער אים זען; 5און קײן בבֿל װעט ער
אַװעקפֿירן ִצד ִקָיהון ,און דאָרטן װעט ער ז ַײן ביז איך דערמאָן זיך אָן
אים ,זאָגט גאָט; אַז איר װעט מלחמה האַלטן מיט די כּקשׂדים ,װעט
איר ניט באַגליקן?
6און ִירמָיהו האָט געזאָגט :דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר
אַזױ צו זאָגן 7 :זע ,חַנמ ֵאל דער זון פֿון ַשלום ד ַײן פֿעטער קומט צו
דיר ,אַזױ צו זאָגן :קױף דיר מ ַײן פֿעלד װאָס אין ַעָנתוֹת ,װאָרום דיר
געהערט דאָס אױסל ַײזרעכט אָפּצוקױפֿן.
8און חַנמ ֵאל מ ַײן פֿעטערס זון איז געקומען צו מיר אין הױף פֿון
דער װאַך ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט ,און דער האָט
צו מיר געזאָגט :קױף אָפּ ,איך בעט דיך ,מ ַײן פֿעלד װאָס אין ַעָנתוֹת,
װאָס אין לאַנד בנימין ,װאָרום דיר געהערט דאָס רעכט פֿון ירושה,
און דיר געהערט די אױסל ַײזונג; קױף עס דיר אָפּ .האָב איך געװוּסט
אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿון גאָט 9 .און איך האָב אָפּגעקױפֿט דאָס
פֿעלד פֿון כקַנמ ֵאל ,מ ַײן פֿעטערס זון ,װאָס אין ַעָנתוֹת ,און איך האָב
אים אָפּגעװױגן דאָס געלט ,זיבן ֶשקל און צען ,זילבער 10 .און איך
האָב אױפֿגעשריבן אױף אַ געשריפֿטס ,און פֿאַרחתמעט ,און
װעשטעלט עדות ,און אָפּגעװױגן דאָס געלט אױף אַ װאָגשאָל 11 .און
איך האָב גענומען דעם ש ַטר-מכירה ,דעם פֿאַרכחתמעטן מיט די
באַדינגען און די אָפּמאַכן ,און דעם אָפֿענעם 12 .און איך האָב